| נשלח ב-2/10/2005 16:20 |
|
| |
דער עיקר יידן און וויליאמסבורג
נישט גיין צום כותל אדער ציא דיא בחירות הטמאות
אבער ציא קארליבאך מעג מען גיין און נאך ויא
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2005 02:24 |
|
| |
איצטער הושענא רבה וועלכער זענען פון די באליבסטע טעג אין קהלות יעקב און עס קומען זיך צונויף פילע מתפללים אין קארליבאך שול וואס דעראינער געפונען זיך די זונדיגע עלעמענטן פון די אנשי הגר מצפון ברוקלין וועלכע טוען אנמאכן א חילל ה' מערערע מאל איבערן יאר און ספעציעל דא אויפן פארק איבערן מלחמת אחים.
וויל איך אייך ווינטשען א יאר פון שלום א יאר פון אמת און א יאר פון געבעט און געזאנג צו גאט ב"ה און דער פון אויבען זאל אייך געבען חכמה און פארשטאנד אז מיט מחלוקת לייגט מען זיך מיט די צונויף קומעדיגע דורות און שאול תחתית
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2005 03:36 |
|
| |
איך וויל דיר ווינטשן א רפואה שלימה במהרה און זאלסט קומען צום שכל און זיך אפלאזן פון די קראנקע קארליבאכניקעס, און ווערן א נארמאלער איד.
מיר האבן איין פאטער און הימל און איין אידישע רעליגיע, קארליבאכניזם איז געצנדינעריי, און האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט אידישקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2007 01:28 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2007 04:52 |
|
| |
ראטצער,
גוט דיך צו זען, א גרוס אייך פון סיביר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2007 23:02 |
|
| |
חחחחח
איר ווייסט נישט אז עס קומט שוין ראש השנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2007 10:30 |
|
| |
די הסתרת פנים איז גרויס
אדרבה געב א קיק ווי רבי שלמה'לה צדיק נסתר זאגט סליחות מיט אזא מתיקות אין בכיות פאר וועם טוט ער דאס
ער האט געטוהן אלעס בלתי לשם לבדו בלי ספוק, עד היום יעדען טאג ווערען הונדערטע טויזענטע בעלי תשובות נאר פון הערען זיינע ניגונים אין טיפע תורות, עס ווערט שטארקע אין שטארקע, געב עס נאך א פאר יאר וועלען אלע חסידישע בתי מדרשים גיין אויף דעם מהלך צו זינגען ביים דאווענען מיט אמתיקות אין געוויין, אין ליב האבען יעדען איד אהבת נפש.
יא! ער איז געוועהן א מיסטעריע אין עס איז זייער שווער צו פארשטיין זיינע וועגען! אבער קוק אויף די אינטערשע שירה טויזענטע קומען צוריק צו אידישקייט אדאנק זיינע ניגונים, פארפאלען דאס קען מען נישט אוועק נעמען, דוד המלך האט געהאט אסאך צרות מען האט עהם מבזה געוועהן די סנהדרין האבען זיך פורש געוועהן פון עהם אין לאחר מותו האט מען נאך אלץ נישט געוויסט אז ער איז געוועהן א צדיק בי זיין זוהן שלמה המלך האט געזאגט בעבור דוד עבדיך אין די טירען האבען זיך געפענט זאגט די גמרא באותו שעה נהפכו פני כל שונאי דוד כשולי קדירה (שבת ל.) אין די ספר תהלים איז דאך קודש קדשים למעלה משכל אנושי, קומט אויס ער איז געוועהן באהעלטען אפי' לאחר מותו ביז שלמה האט מתפלל געוועהן אין מהאט געזעהן וואס א צדיק ער איז געוועהן.
אין די בעל דבר ארבעט פעסט מיט RICKROSS וכדומה אין בחייו איז דאס אויך געוועהן, ער האט קיינמאל נישט גענטפערט אויף זיי, ער איז געגאנגען מיט א פעסטקייט, די בעל שם זאגט אז א מענטש וואס איז אויסגעארבעט אין גאנצען אין א מדה איז מען איהם חודש באותו מדה, אזוי ווי משה רבינו וואס רש"י ברענגט חשדוהו באשת איש אין דוד המלך וכדו', איך האב מיך אסאך געפלאגט אויף דעם ענין ווי קען זיין אז די חסידישע עולם זאגט ער איז נישט געוועהן קיין ערליכע ווי קען ער מאכען אזעלעכע הויכע ניגונים, נישט איינס נאר 5,000 מיט נסחאות אין טויזענטער בעלי תשובות, אלא מאי ער איז געוועהן באהאלטען באהאלטען, נעם למשל די סליחות ווידאוי אין קיק אויף זיין צורה, קיק אן קיין שום נגיעות כאילו די האסט נאך נישט געהערט פון אזא מענשט וועסטו זוכה זיין צו זעהן אז עס שיינט אין מ'זעהט די שכינה איז שורה דארט ער האט זיך מוסר נפש געועהן מקרב צו זיין אידישע קינדער, איך האלט אז עס איז נישט קיין סעקט נאר דעס איז אידישקייט אז מע'דאווענט מיט א מתיקות ובכיות פאר'ן באשעפער איז דאך דעס די העכסטע זאך.
יגעת ומצאת תאמין, מורי ורבותי זייטס דן לכף זכות א צווייטער, וועט איר זעהן אז באמת איז כולו טוב, עס ווענט זיך לויט אונזער מדוץ, די בעל שם זאגט אז לויט ווי מזעהט אויס אליין אזוי קוקט מען אויף אנדערע, איך בין נאר מתפלל אז עטץ אלע זאלטס אויך שפירען א טעם אין דאווענען איןלערנען מיט א געשמאק קייט אין ליב האבען יעדע איד אהבת נפש.
נאך די חרבן פון די וועלט מלחמה איז ער געוועהן די מתנה פון רבוש"ע פאר אונז מחזק צו זיין אין שפירען א טעם אין אידישקייט באהבה ושמחה און מיט דעם וועט מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אזוי ווי מען זאגן ביים סדר ונאמר לפניו שירה חדשה על גאולתינו ועל פדות נפשנו אמן
בברכת כתיבה וחתימה טובה
דניאל כץ
ירושלים עיה"ק
קליקט אויף די לינק דא אין זאגט מיר ווי אזוי איר שפירט זיך נאכדעם, א) ווילט איר גיין טוהן א גרויסע עבירה מיטן גאנצע ברען אדער ב) נעמען א תהלים אין זאגען פארן רבוש"ע מיר האבען דיך אזוי ליב אין מיר דאנקען דיר פאר אלעס חסדי ד' כי לא תמנו.
http://video.google.com/videoplay?docid=-6529325430582684059
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 05:14 |
|
| |
כ'וועל נישט אריינגיין אין קיין וויכוח מיט קשר1 באטשי און די אנדערע האבן איהם שוין גוט אפגענפערט, עס איז נישט דא אזא מהלך צו גיין קעגן די תורה לשמה.... אויך מיר א מהלך.. אויב דארף מען זארגן אויף גאט'ס קינדער, איז וואס איז מיט איהם אליינ'ס???
כ'וועל זיך באציען צו די ארטיקל אויף ענגליש וואס דער קעניג פון היידפארק האט אראפגעלייגט דא, איך האב עס ארויסגעפרינט, און במשך פונ'ם יום טוב סוכות עס דורכגעליינט.
עס האט מיך דערמאנט אין די ביכל וואס איז ארויסגעקומען בשעתו קעגן האדמור מניקלשבורג שליט"א, וואס ווי פארשטענדליך ביידע אין להם שחר, עס האט נישט קיין זינען, און עס זענען ס'רוב אויסגעזויגן פון פינגער.
ווי משוגע דארף מען צו זיין ווען מ'איז זיך מתאכסן ביי איינעם אין אכסניא אז מ'זאל אין האלוועי אביוזען יענעמ'ס טאכטער... כ'מיין מעק נאו סענס....
וועמען וויל מען איינרעדן אז מ'האט געלאזט אזא איינעם זיך דרייען צווישן מענטשן, און מ'האט איהם נישט ארעסטירט איינמאל פאר אלעמאל, כאטשיג אזויפיל וואס מ'טוט היינט נאר אויף חשדות...
די רחל דארט פון קעמפ איז נעבעך אינגאנצן צודרייט, ליידט מסתמא אויף איינרעדענישן וואס פילע פרויען ליידן ווען עס דאכט זיך זיי אז א געוויסער מאן קוקט אויף זיי.
יא דאס איז אמת אז זיין זיך מחבק זיין און מנשק זיין מיט נשים איז נישט געווען מיט קיין שום היתר בעולם, אבער פון דארט ביז טוהן וואס די צודרייטע פארציילט, איז קיין פארגלייך. הונדערטער טויזענטער גוים קושן זיך און האלזן זיך טאג-טעגליך מיט גויות און עס פאלט קיינעם נישט איין בו בזמן צו טוהן דאס וואס די צודרייטע דערציילט אויף שלוימעלען..
און דער עיקר איז די קשיא: אי מלכא אנא עד השתא... וואו זענען זיי אלע געווען ביז 1998?
באשרייבן שלוימען איז א שווערע משימה, דאס איז זיכער אז ער איז געווען א שטיק הארץ, און דאס איז געווען זיין פראבלעם. זיינע געפילן האבן איהם געפירט אין באד אריין. אבער צו זאגן אז ער איז געווען א להכעיס'ניק, חס מלהזכיר, ער האט אין זיך אזוי שטארק אריינגעבויערט אהבת ישראל, אנשטאט צו קוקען וויאזוי די תורה הייסט זיך עקספרעסן מיט אהבת ישראל, האט ער געלאזט לויפן זיין הארץ זאל איהם דאס זאגן.
יעדע ניגון זיינע איז פול מיט בענקענישן פול מיט ווארימקייט פון א אידיש הארץ צו זיין גאטזעליגן פאטער אין הימל.
זאל איהם דער פון אויבן געבן א תיקון השלם אויבן אין הימל....
נאכן שרייבן האב איך זיך דערמאנט נאך א פונקט, קען אפשר עמיציר זיך מטריח זיין און שרייבן אין לשוה"ק די נאמען פון די ארגענעזאציע וואס האט פארשפרייט דעם ארטיקל???
מיר קוקט עס אויס גאר ענדליך צו די אשת הסט"א
תוקן על ידי התאחדות ב- 09/10/2007 5:18:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 05:20 |
|
| |
אוקיי כ'וויל שוין נישט אזויפיל עורך זיין די פריערדיגע תגובה, בכלל קען מען זעהן אז די חברה וואס פארפירן זענען די ליובאוויטשע וואס שמעקט זיי נישט אז ער האט נישט געפאלגט זייער רבי'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 15:59 |
|
| |
גיט א קוק דא, היבש מאדנע, כ'האב קייינמאל בעפאר נישט געהערט אזא טעאריע
Why is the magazine called LILITH?
According to myth and legend, Lilith was the first woman, created before Eve. She was Adam's absolute equal.
In the Garden of Eden, long before the eating of the apple, the Holy One created the first human beings — a man named Adam, and a woman named Lilith. Lilith said, "We are equal because we are created from the same earth."
— from the medieval text Alphabet of Ben Sira, 23a-b
לכאורה איז עס א מין צדוקי'שער פערטייטשונג וואס נעמט פון דעם וואס פאר עס שטייט אין פסוק די בריאה פון חוה, שטייט "זכר ונקבה ברא אותם" וואס די מפ' שרייבן אז ס'איז נישט געשריבן אינעם סדר, אבער זעהט אויס זיי ווייסן אנדערש...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 09/10/2007 16:08:35
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 16:25 |
|
| |
נישט אזוי מאדנע, ווי בַּאלָאניס
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 17:18 |
|
| |
איך זע אז ער ברענגט עס פון בן סירא
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 18:01 |
|
| |
מי זה ?, זהו
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 09/10/2007 18:03:47
|
|
|
|
|