זארגטס ענק נישט, ביז צוויי טעג איז ער צוריק דארט.
די "מבצע פטירתו של רבינו" איז אין פילן קראפט.
יעדע פאר טעג וועלן אים די זאליס אהינפירן מיט א צווייטן תירוץ, אזוי אז אין קעיס לעווענטאל געט מעגליך ארויס א שלעכטן פסק פאר זיי, זאל קיינער זיי נישט קענען באשולדיגן אז זיי האבן גע'הרג'עט דעם רבי'ן.
ווידעראום אויב לעווענטאל געט ארויס א גוטן פסק פאר זיי, וועט מיטאמאל דער רבי ווערן געזונט און שטארק, די רבינו משה בן ברכה סימא צעטלעך וועלן צוריק אריינגעלייגט ווערן אין חית, און אויב דער רבי וועט זיך אמאל טאקע נישט שפירן גוט וועט מען אים ווייטער אריינפירן אין שפיטאל בסוד סודות, אין א קליין טונקעלן קאר, שפעט אינמיטן די נאכט, ווען קיינער זעט נישט.
|
|