ביסט אפשר גערעכט אז סהאט נישט צוטון מיט מוזיק, אבער סהאט א שטיקל שייכות מיט "עולם הנגינה" ווייל א פילם אדער פלעי וואס איז געמאכט פראפעשענעל קען זיין ענטערטעינינג
פון זען דעם טרעילער זעט מען אז דיגאנצע זאך איז טאקע געמאכט זייער פראפעשענעל, בכלל איז דא זייער אסאך טאלאנט ביי די בעלי תשובה וויבאלד א גרויס חלק פון זיי זענען געווען פראפעשענעל ארטיסטס אין זייער פרייע לעבן און זיי קענען דאס יעצט אויסניצען אויף גיטע זאכן
בעיקר איז מיר געפאלן די מוזיק וואס שפילט אונטער און ווי געוואלדיג צוגעפאסט סאיז, אפשר קען מען טאקע מאכן א עקסטערע אשכול וועגן מוזיק וואס דארף אונטערשפילן ווי למשל טאקע ביי פילמס אדער פלעיס, אדער אפילו ביי חתונות ביי די סעודה - קבלת פנים וכו'
|
|