בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פארוואס פארט מען צו די רבי'ס ראש השנה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/10/2005 18:34 לינק ישיר 
פארוואס פארט מען צו די רבי'ס ראש השנה?

איך שרייב דאס פאר א דשוק, אבער עס איז דא אין דעם א סאך אמת.

פון די גרעסטע עוולות פון חסידים היינט איז, אז מען טוט זיך אריין אין גדלות פון רבי'ן און מען פארגעסט פון אייבערשטען.

היינט איז יעדער רבי א "מלך", מען רופט א רבי'שע הויף "מלכות". און דער רבי האט אלע כוחות פון א מלך: פורץ גדר וכו'

איז כדי דאס מתקן צו זיין פארט מען צום רבי'ן אויף ר"ה און אלע צוזאמען שרייען "המלך" צום אייבערשטען, צו זאגען אז אתה והרבי חייבין בכבודי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2005 17:15 לינק ישיר 

יאנקי

וואס איז דיין מקור צו פארען צו א נישט לעבעדיגער רבי אויף ראש השנה?

איך שמועס נישט פון ברעסלב וואס האבען אזא מסורה פון ר' נחמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2005 22:15 לינק ישיר 

הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר שליט"א, האט נאכגעזאגט דעם א' סליחות, אז עס שטייט פון חתם סופר אז אויב מען דאווענט צוזאמען מיט א צדיק ווערן די תפילות ענדערש אנגענומען, אזוי ווי מען זעט אז חנה איז געגאנגען מתפלל זיין נעבן עלי הכהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 20:57 לינק ישיר 

אפילו צו א נישט-לעבעדיגע רבי איז א גרויסע ענין צו פארן.
אין אומאן איז דעיס יאר געווען בערך 18,000 יודן. חסידים און נאכפאלגער פונ'ם ברעסלעווע רבי ר' נחמן זי"ע. זאלן זיי האבן געפועלט אלס גוטס. פאר זיי און פאר גאנץ כלל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 20:46 לינק ישיר 

עס ווערט געברענט אין שולחן ערוך אין אויך אין אלע חסידישע ספרים,

אז ימים נוראים זאל מען פארן צי א ערליכע איד ער זאל זיין א מליץ יושר טון נאכדערצו אז ער איז די בעל תפילה וואס סאיז מאורדיג חשוב,

תוקן על ידי - אזלא_גרש - 06/10/2005 20:45:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 19:55 לינק ישיר 

16
!!!you got a good one




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2005 18:52 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון דזשאוקס (הגם אין א תענית איז אפשר בעסער נישט צו ווערטלען):

קען אפשר זיין בדרך רמז, אז מען פארט צו א רבי'ן אויף ראש השנה אלס א לימוד זכות, מען ווייזט דערמיט פארן בית דין של מעלה "קוק וויאזוי אונזערע מנהיגים קוקען אויס, וואס'זשע קענט איר שוין פון אונז פארלאנגען"???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פארוואס פארט מען צו די רבי'ס ראש השנה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext