| נשלח ב-7/10/2005 13:32 |
|
| |
פארוואס וויינט מען אזוי חודש תשרי?
מ'דאווענט און מ'וויינט ראש השנה, יו"כ, הוש"ר, פארוואס וויינט מען? ס'קומט צוריק די נארמאלע טעגליכע לעבן און מ'פארגעסט פשוט אז מיט א 2-3 טעג צוריק האט מען געוויינט און געבעטן אויף כל טוב.
ביי די ארבעט:
די בעה"ב.
רעגט זיך אויף מענטשן, ארבעטארערס, סאפלייער'ס, סעיל'מענעס, קאסטומער'ס, וכו'.
די ארבעטארערס.
רעגט זיך אויפן בעה"ב, קאסטומער, קינדער וואס קומען משוגע מאכן מיט ביזנעס קארד'ס, וכו'.
די קאסטומער.
אויף די קאנטערמאן /לעידי, דעליווערימאן, שעלט פאר די וואס כאפן זיך אריין אין די ליין, וכו'.
צווישן חבירים:
וויפל לשון הרע מ'רעדט? וויפל מאל שעלט א צווייטן אינמיטן א שמועס? וויפל שמוציגע ווערטער מ'זאגט ארויס אומבאמערקטערהייט? וויפל מ'שרייט איינער אויפן צווייטן על לא דבר? וויפל מ'רעגט זיך אויף א צווייטן?
סתם ווערטער:
אה ער? ער איז. א נפיחא, א משוגענער, א צודרייטער, א פארוקטער, א שוואנץ, א שייגעץ, א חזר, פון די מנוולים, מסור, גנב, רוצח, דער בעל דבר אליין, און ס'איז דא גענוג און נאך ווערטער וואס מ'זאגט אויף א צווייטן טאקע עשי"ת, און גיי ווייס אויב נישט א האלבע שעה נאך וואס מ'האט געוויינט און געהויבן די הענט ביז צום דאך.
שטוב געוועהר:
די שוואגער, די שוועגערין, די שוויגער, די שווער, די מומע, די פעטער, די קאזן, די קאזינע, דעם שכן, דעם שכנטע, דעם לענדהאלדער, דעם טענעט, ווי אזוי מ'האט זיי ליב געהאט פאריאר האט מען זיי דאך אויך ליב די יאר, שטימט? איז פארוואס וויינט מען אזוי ביים דאווענען?
פליז נישט מישן דא פאליטיק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 00:59 |
|
| |
איך וועל מעתיק זיין דברים נוראים וואס איך האב יעצט געזען פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע (בספה"ק ליקוטי אמרים, אגרת התשובה פי"א):
להיות נכון לבו בטוח בה' כי חפץ חסד הוא, וחנון ורחום ורב לסלוח תיכף ומיד שמבקש מחילה וסליחה מאתו יתברך, בלי שום ספק וספק ספיקא בעולם, וכמו שאנו מברכין בכל תפלת י"ח תיכף שמבקשים סלח לנו כו' ברוך אתה ד' חנון המרבה לסלוח, והרי ספק ברכות להקל משום חשש ברכה לבטלה, אלא אין כאן שום ספק כלל, מאחר שבקשנו סלח לנו מחל לנו, ואילו לא היינו חוזרים וחוטאים היינו נגאלים מיד, כמו שאנו מברכין בא"י גואל ישראל, וכו'. ולכן מעביר אשמותינו בכל שנה ושנה, וכל החטאים שמתוודים ב"על חטא" מדי שנה, אף שחזר ועבר עליהם, חוזר ומתוודה עליהם ביוה"כ בשנה הבאה, וכן לעולם. ואין זה אחטא ואשוב, כי היינו דוקא שבשעת החטא היה יכול לכבוש יצרו, אלא שסומך בלבו על התשובה, ולכן הואיל והתשובה גורמת לו לחטוא אין מספיקין וכו', אף גם זאת "אין מספיקין" דייקא, אבל אם דחק ונתחזק ונתגבר על יצרו ועשה תשובה, מקבלין תשובתו. אבל אנו שמבקשים בכל יום סלח לנו, אנו מקדימין לבקש והחזירנו בתשובה שלימה לפניך, דהיינו שלא נשוב עוד לכסלה. וכן ביום כפור מבקשים יהי רצון מלפניך שלא אחטא עוד, מספיקין ומספיקין, כמאמר רז"ל הבא לטהר מסייעין אותו, "הבא" דייקא, מיד שבא, ואי לזאת גם הסליחה והמחילה היא מיד עכ"ל.
איך האב געשעפט חיזוק פון די ווערטער, האב איך געקלערט איך וועל עס מיטטיילן מיט מיינע חשוב'ע קאלעגע גולשים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 21:23 |
|
| |
יצחק שמיר.
נעקסט טיים געב אביסל שווערערע רמזים...
++
אויף דזשובוי'ס קשיא איז דא אסאך תירוצים אין די ספרים, ואי"ה עוד חזון למועד. א גוט שבת (דזשובוי אליין האלט שוין יעצט ביי די רעטעכלעך אין די זופ).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:43 |
|
| |
Jewbaby
איך מיין דעם איינציגע תירוץ וואס מיר וועלן האבן פאר דעם בוכ"ע איז
...הבטחתי, אבל לא הבטחתי לקיים...
נ"ב
איך וואלט דיר גשריבן דעהם בעל השמועה, אבער דו ווילסט דאך נישט קיין פאליטיק.
מיר'ן זיך פארלאזן אויף די בקיאות פון די חכמי הפארק.
HINT
ערשטער נאמען ווי איינער פון לבן הארמי'ס מחותנים, צווייטער נאמן נאך איינער פון די בויערס פון ביהמ"ק.
תוקן על ידי - baachi - 07/10/2005 16:46:05
|
|
|
|
|