בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

PIAMENTA

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/10/2005 16:39 לינק ישיר 
PIAMENTA

יאסי פיאמאנטע וואס האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין די זיבעציגער יארן און געווען פון די גרעסטע איזראעלי בענדס אין יענע תקופה, האט דעמאלס מחליט געווען צו ווערן א פרומער איד און צוזאמען מיט זיין ברודער אבי זענען זיי געקומען קיין חב"ד אין אמעריקא און געווארן בעלי תשובות

זיי האבן צוזאמען אנגעהויבן א נייע אייגענע בענד, יאסי אויפן גיטאר, אבי אויפן חליל (flute), מיט נאך אפאר חברה האבן זיי מצליח געווען צו ווערן וועלט באוואוסט אדאנק זייער מוראדיגען חוש אין מוזיק, אפאר יאר צוריק האט די פאפולער גויאישע billboard מאגאזין גערעיטעד יאסי # 8 אויף די ליסט פון די וועלטס בעסטע גיטאריסט, זיי האבן אים א נאמען געגעבן די "חסידישע הענדריקס", hendrix איז פון די גרעסטע גויאישע גיטאריסטס

זייערע טעיפס זענען פארשטייט זיך נישט וואס אונז רופן חסידיש, און עטליכע פון זייערע ניגונים זענען באקאנט אלץ עכט גויאישע ניגונים וואס מהאט ארויפגעלייגט אויף אידישע ווערטער, אבער זיי פארמאגן א געוויסע אייגנארטיגע סטייל וואס מהערט נישט נאר ביי זיי, קיינער לייגט נישט אזוי גיט אראפ א דעבקע אדער א איזראעלי הארא, אבי פיאמענטאס הארציגע סאלא שטיקלעך איז אויך א שם דבר

דא איז זייער סייטס:
http://www.piamenta.com/
http://www.avipiamenta.com/



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-7/10/2005 21:28 לינק ישיר 

בילדער פון יאסי פיאמענטא (רעכטס) פאר ער איז געווארן א בעל תשובה



1975




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-7/10/2005 21:38 לינק ישיר 

יאסי פיאמענטא היינטיגע צייטן

על התורה


ביי א קאנצערט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/10/2005 18:03 לינק ישיר 

פאר די וואס האבן אייטונעס, קענערן און קויפן די זייערע לידער אויפ מוזיק סטאר, מאך א סערטש פאר piamenta.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > PIAMENTA
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext