נשלח ב-7/10/2005 18:02
בעל מופת און מקובל ציט ציבור אין ווילי א נייער שטערן וואס שמ'ט אלס גרויסער בעל מופת געפינט זיך די ימים נוראים אין וויליאמסבורג, און זיינע חסידים און מעריצים האבן געמאכט פאר אים א בית המדרש אין די ספינקא זאל אויף בעדפארד עוועניו.
און ווינדער איבער ווינדער איז א ריזיגער ציבור געקומען הערן זיין דאווענען, וואס האט זיך געמאכט כנפים, און פון איבעראל האבן געשטראמט מענטשן אים צו הערן.
אזוי ווי איך האב שוין אויך אסאך געהערט פון הרב גרינצווייג בין איך אויך געגאנגען הערן זיין דאווענען, וואס איז ממש טעם גן עדן, א הערליכע ניסוח און מלא השתפכות הנפש און התהלבות. און איך בין ערשטוינט געווארן וויפיל סאטמארע אידן איך האב דארט געטראפן וואס האבט דארט געדאווענט.
דאס איז אן אינוועיזשן אוו פרייוועסי, סיז קיינעם'ס דאגה'ס ווי א פריוואטער מענטש האט געדאווענט (דער מקוה_איד)
תוקן על ידי - מקוה_איד - 07/10/2005 20:13:08
נשלח ב-9/10/2005 05:29
די קאלובער אין ווילי איז זיכער נישט קיין שארליטאן ווייל ער נעמפט נישט קיין פרוטה פון קיינעם
נשלח ב-7/10/2005 23:11
איך ווייס נישט וועלעכע בעל מופת מען האט אימפארטירט.
אבער רוב בעלי מופת אין באבעס זאנען פשוטע שארטלאנען אין פארברעכער וואס זענען נאר אויסען אויף איינער דאלער, ושומר נשפו ירחק מהם.
איך ווייס נישט ווער דער מדובר דא איז ממילא אפשר איז ער א יוצא מהכלל.
נשלח ב-7/10/2005 20:35
סאיז שוין טאקע א גרויסער בעל מופת אין ווילי - דער קאלובער רבי שליט"א אוף היוס סטריט אין וויליאמסבורג איז א באוואוסטער בעל מופת
נשלח ב-7/10/2005 20:33
ווי אזוי הייסט דער איד? (די בעל מופת?)
נשלח ב-7/10/2005 20:19
נאך פרטים ביטע
ווער איז דאס?
פון וואנעט?
וואס פארקויפט ער?
נשלח ב-7/10/2005 20:14
ערשטער הויז בחור: משה הערש רייזמאן
צווייטער הויז בחור: זלמן לייב פרידמאן
דריטער: עקיבא בינער
וכו' וכו' וכו'
לעצטער און לענגסטער הויז בחור הב' בנש"ק יואלי גאלד
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 07/10/2005 20:13:57
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 07/10/2005 20:14:39
נשלח ב-7/10/2005 20:11
ווייסער קיטל:
וואס איז דער פשט פון שרייבן וואו א יחיד האט געדאווענט ראש השנה?
קודם כל וועמען איז עס אינטרעסאנט, און צווייטנס איז דאס דאך סתם אן איינברעך פון יענעמס פריוואטע רעכטן, יעדער מענטשן מעג דאווענען וואו ער ווערט נתעורר, אדער ווי זיינע קינדער ווילן גיין וכו' וכו', ווייל איינער איז געווען אמאל א הויז בחור ביי א רבי'ן, אדער איז ער א געשוואוירענער חסיד פון א רבי'ן פארלירט זיינע פריוואטע רעכטן???
ווען דו שרייבסט בכלליות אז ס'איז געווען א געפאקטער עולם, אפילו הייסע זאלי אדער הייסע אהרונים האט מען דארט געזען, מילא, אבער סתם אויסשמייסן מענטשן, וואס איז פשט דערפון???
דו שרייבסט טאקע נישט ארויס ממש דעם נאמען, אבער גענוג רמזים אז יעדער זאל פארשטיין פון וועמען דו רעדסט.
קען זיין אז וויבאלד דו גייסט א גאנץ יאר מיט א ווייס קיטל ביסטו פטור פון בין אדם לחבירו.
נשלח ב-7/10/2005 20:04
טרעקטער,
ווער נישט בייז, ס'איז ממילא גאנץ קנאפע ליצנות...
נשלח ב-7/10/2005 20:03
אויסשווארף,
לויט דיינע קענטעניסן פון הויז-בחורים זעהט אויס אז דו האסט די ערשטע צוואנציג יאר אין סאטמאר נישט געוואוסט וואו די ביה"כ זענען...
פאר עקיבא בינער זענען געווען צוויי הויז-בחורים.
נשלח ב-7/10/2005 19:42
קושקע
הער אויף מיט ליצנות.
ס'איז אינגאנצן ערב שבת שובה.
אקעי?
נשלח ב-7/10/2005 19:40
איך בין אינגאנצן צומישט.
וואס איז דער נושא דא, פון א בעל מופת, צו פון א הויז-בחור?
דער הויז-בחור איז געווארן א בעל מופת, אדער דער בעל מופת איז געווארן א הויז-בחור.
נשלח ב-7/10/2005 19:32
ער קומט פון ארץ ישראל
ער פארקויפט מופתים און ישיעות פאר אידישע קינדער.
אסאך מענשען האבן געזען ביי אים אפענע זאכן
נשלח ב-7/10/2005 19:31
נאך פרטים ביטע
ווער איז דאס?
פון וואנעט?
וואס פארקויפט ער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.