בית פורומים באבוב

ר"ה במחיצת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/10/2005 03:58 לינק ישיר 
ר"ה במחיצת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

די הייליגע יו"ט און די הכנות צום ראש השנה האבן זיך אנגעהויבן שוין אסאך אסאך פריער, די זיצפלעצער, וואס מען האט אריינגעלייגט מיט פיהל שווערע כוחות און מוחות אויף צו קענען צו גרייטן א מקום תפילה פאר איעדן בעה"ב אין יינגערמאן, און אזוי אויכעט פאר די נשים, גאנצע נעכט פאר יו"ט "בלי גוזמא" האבן זיך די לעקטערס אין די צענטראלע אפיס נישט פארמאכט, מיט גרויס שוועריגקייטן האט מען צוזאמען געשטיפט די ניי געקויפטע טיש און בענק אונם בית המדרש, אויף אן אופן אז מען האט קוים איבערגעלאזט פלאץ צווישן די בענק, און פאר די נשים איז געווען צוויי עזרת נשים, ער"ה זענען שוין די בענק געווען גרייט נאכן ארבעטן א גאנצן נאכט, אזוי אויכעט האבן די צוויי ברידער ממשפחת ציזנער שיחיו אויפגעבויעט א הערליכער שיינער ארון קודש לכבוד כ"ק אדמו"ר שליט"א ולכבוד אבד"ק שליט"א וואס מיט דעם איז צוגעקומען אן בימה מיט אן עמוד אינם זעלבן סטייל, די שיינקייט פינם ריזיגן ארון קודש האט שוין געמאכט און געגעבן אן גאנץ אנדערן אין בעסערן טעם און די צייטווייליגע בימ"ד ווי מען דאווענט יעצט.

ליל א'.

ווען איך בין אריינגעקומען אינם בימ"ד צו מנחה, בין איך ביים אריינגאנג געבליבן שטיין אין געשטוינט פין די הערליכע מראה וואס האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן, איך האב זיך געריבן און געריבן די אויגן כדי זיכער צו מאכן אז איך שלאף נישט, פשוט ווייל די בימ"ד איז געווען מלא מפה אל פה ממזרח למערב ומצפון לדרום, פין וואנט צו וואנט זענען געווען אויסגעשורה'ט די הונדערטער בענק (בענקלעך האט מען נישט צוגעלאזט מפני דוחק המקום און נאר פאר די עלטערע יודן) דאס בימ"ד וואס איז גרויס ביי א 135X65 איז געווען אהנגעפיהלט מיט טויזענטער מתפללים!! ס'האט מיר גענומען א היבש ביסל צייט אהנצוקומען צו מיין פלאץ, ווייל אזוי ווי מען האט נישט צוגעשטעלט קיין זיץ פלעצער פאר בחורים נאר פאר יונגעלייט, זענען די בחורים געשטאענען אין די איילס [מעברים] און מען האט קוים געקענט גיין אינם בימ"ד, להערכתי האט ביי מנחה מעריב מיטגעדאוונט אן ערך פין 750-800 יינגעלייט אין לכל הפחות 600 בחורים, (מ'האט געשמועסט אז אין די צוויי עזרת נשים האבן מיטגעדאווענט אן ערך פין 450 ווייבער מיט קרוב צו 200 בנות ציון מיידליעך) ווייל דאס בימ"ד איז געווען פשוט פארפלייצט פין בחורים, ווי מען האט געקוקט איז געווען די שווארצע קאפעליטשן, איך וואס מיין פלאץ איז געווען אין די לעצטע שורה, איז ווען איך בין געשטענען האב איך מיך קוים געקענט שאקלען ביים שמו"ע ווייל די פלאץ צווישן די באנק אין די טיש איז געווען צו שמאל, און ווען איך בין געזיצן האב אים מיך אהנגעלענט אויף די מחזורים פין די בחורים וואס האבן אהנגעלעהנט זייערע מחזור אויף מיין באנק, [בדרך אגב צו איז געווען אינטער מיר א שטיקל פייט צווישן די בחורים וועגן זייערע פלאץ, עד כדי כך איז געווען פיהל], צו מנחה איז צוגעגאנגען די רב שליט"א וואס האט אראפגעלייגט אן זיסע און אהנגענעמע דאווענען, און צו מעריב איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס האט געדאווענט מיט א שטארקן ברען און מיט גרויס התעוררות כדרכו בקודש, אין און די מיניט וואס רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען האט זיך גלייך אנטוויקלט אן ריזן רעדל פין 5-6 שורות פין בחורים וואס האבן זיך געשטיפט כדי צו קענען זעהן פניו הקדושים בעת שיח תפילה לפני ד', אזוי אז די גאנצע אויבן איז געווען איין גרויס געשטיפעניש און געדרענג, דאס ווארעמקייט פין די טויזענטער מתפללים האט זיך זעהר ווייט אהנגעהערט, די התעוררות ביים דאווענען, דאס קול פין רבינו שליט"א האט צונומען א יעדן הארץ, און דער גרעסטע התעוררות איז געווען ביי "לדוד מזמור" ווי רבינו שליט"א האט אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין אין געזאגט מיט א שטארקן הויכן קול די פסוקים פסוק ביי פסוק מיט גרויסע בכיות און צובראכנקייט מיטשלעפנדיג די ריזן ציבור מיט די ווארעמע תפילה, נאכן דאווענען האט די משמש בית המדרש אויסגעשריגן אז אלע בחורים זאלן אוועקגיין פין די מזרח זייט כדי צו פארמעגליכן די עסקנים צו צוגרייטן די שטח פאר די עולם וואס וויל אריבער גיין זאגן א גיט יו"ט פאר רבינו שליט"א, די עסקנים האבן פארברייטערט די שטח לעבן רבינו שליט"א און לעבן יעדן שורה פין בענק האט זיך אוועקגעשטעלט אן עסקן, אין צוריקגעהאלטן פינם עולם אז מען זאל נישט פארשטראמען דאס פלאץ, אין מיט אן שיין סדר געעפענט איין שורה נאכן צווייטן אריבערלאזנדיג די עולם זיך אנוואונטשן ביי רבינו שליט"א, צו האט זיך אזוי אויכעט שטארק אהנגעזעהן אן ריזן עולם פין פרעמדע מתפללים, סתם בארא פארקער יידן וואס זענען געקומען בהמוניהם זיך אהנוואונטשן, אזוי אויכעט זענען אסאך פין רבני ודייני העיר אריינגעקומען, און אזוי אויכעט אסאך אדמורי"ם האבן זיך אהנגעזעהן דארט, רבינו שליט"א איז געשטאנען אויף זיין פלאץ אין די עולם איז שנעל אריבער אין רבינו האט יעדן איינעם אהנגעוואונטשען בזה הלשון: "גיט יום טוב! לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים לטובים ולשלום", רבינו שליט"א האט די ווערטער איבערגעחזרט אן ערך פין טויזענטער מאל מיט א שטארק הויך קול אין מיט אן זריזות כדי נישט אויפצוהאלטן די עולם, בערך 2 שעה ! איז רבינו שליט"א געשטאנען אויף די פיס און געוואונטשען פאר די זקנים, בעה"ב, יונגעלייט, בחורים, אין אויכעט פאר יעדן קינד, מיט א לעכטיג אין שיינענדיגע צורה מיט א שמייכל, אין ס'האט זיך דערמאנט די גיטע אלטע צייטן ביי כ"ק רבותינו הק' זצלה"ה.

טיש, רבינו שליט"א איז אריינגעקומען מיט די ווייסע בעקיטשע כמנהג רבותינו הק', אין ס'איז געווען אן מלך ביופיו תחזינה מישרים, די ריזן עולם וואס האבן אהנגעפיהלט די פיהלע פארענטשעס אין אהנגעפיהלטע טישן האבן זיך אויפגעהויבן לכבוד רבינו שליט"א , אין רבינו שליט"א האט זיך כדרכו בקודש זיך נישט פארזוימט קיין רגע און גלייך אנגעהויבן צו פירן דאס טיש מיט א מלכות וביד רמה, איך קען נישט באשרייבן די קידוש, און דאס הייליג עסן, און די טייערע דברות קודש, וכו' וכו' ווייל דאס וועט נעמען צו לאנג, נאר אזויפיל קען איך שרייבן אז די עולם איז געשטאנען עלעקטריזירט אין צוגעשרויפט צום פלאץ אגאנץ טיש, {בדרך אגב, רבינו שליט"א איז געווען שטארק הייזעריג פין די דאווענען און פין די "לשנה טובה"} אין צו איז געווען מורא'דיג שיין, אין אן שטארקע התעוררות פין די הייליגע תורות, אזוי אז די עולם איז ברוך השם געווען שטארק צופרידן און אנגעזעטיגט פיל מיט יראה און קדושה נאך אזיין מעריב מיט אזיין טיש.

שחרית יום א'

האט זיך די סצענע ווייטער איבערגעחזרט דאס בימ"ד איז געווען פיהל פין וואנט ביז וואנט, צו פסוקי דזמרה איז כ"ק אדמו"ר שליט"א צוגעגאנגען [כדי צו באמערקן אז רבינו שליט"א האט יארצייט נאכן טאטן און א' ר"ה] און צו שחרית אאיז צוגעגאנגען הרב הישיש תלמיד הקדושת ציון הי"ד ה"ה ר' יעקב חיים ריינהאלד ני"ו וואס האט זעהר שיין געדאווענט און גיט אראפגעלייגט די נוסח, און צו מוסף איז כ"ק אדמו"ר שליט"א צוגעגאנגען,
די מוסף האט זיך אנגעהויבן נאך פאר די תקיעות, ווען רבינו שליט"א האט געזאגט "מן המיצר" מיט גרויס התעוררות און בכיות, און בפרט נאך די ווארעמע דרשה [איך וועל עס שרייבן עקסטער] איז די עולם געווען זעהר אהנגעווארמט און דאס בימ"ד איז געווען איין שטיק פייער, ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום בלעמער כדי צו בלאזן שופר, בין איך פינקט געשטאנען אין וועג אין געכאפט אן בליק אויף צורת קדשו, אין א ציטער האט מיך ארום גענומען די ביינער זעהנדיגער ווי רבינו שליט"א'ס פנים איז געווען בלאס ווי א קיילעכיגער וואנד מאימת יום הדין, אין די רב שליט"א האט פארגעליינט די תקיעות אין רבינו שליט"א האט געבלאזן, אין נאכן שטיל שמו"ע האט רבינו שליט"א אהנגעהויבן די שמו"ע הויעך און קלאהר [כדי צובאמערקן אז ווען רבינו דאווענט פארן עמוד, דאווענט ער מיט א שטארקן ברען אין הויעך אויפן קול, און דאס עצם דאווענען אליינס איז א גרויס עבודה] אין די רעדל ארום רבינו איז געווארן גרעסער מיט די מיניט וואס מען האט זיך דערנענטערט צו "ונתנה תוקף" און טאקע ביי ונתנה תוקף, האט א ציטער ארום גענומען דאס בימ"ד הערנדיג רבינו שליט"א וויינט זיך אויס פארן באשעפער, און ביי 'אין קצבה' ווען רבינו שליט"א האט זיך אנגעכאפט אינם עמוד אין געטאנצט מיט אן התלהבות דקדושה, איז נישט געווען קיין פאהר שיך אויפן ערד, אדער איז מען געשטאנען אויפן באנק אדער אויף אן חבר אדער אויפן טיש, און דאס גאנצע טויזענטער קעפיגער עולם איז געשטאנען אין צוגעקוקט און מיטגעטאנצן מיט רבינו שליט"א מיט א ברען, ס'האט זיך געהאט געדאכט אז די בנין טאנצט פשוט מיט, און ליידער איז א בחור צוזאם געפאלן ל"ע פין די גרויסע געדרעגעניש ביי 'אין קצבה' אין מען האט גלייך גערופן הצלה וואס האבן שווער געארבעט אויף עם צו דערמינטערן, וואס ב"ה האט זיך דער בחור נאך אפאהר לאנגע מיניטן זיך דערמינטערט לרווחת המתפללים, אין שפעטער ביי "וכל מאמינים" איז געווען אן הערליכע קאפעלע פין קינדער, ומה נהדר היה המחזה ווען רבינו שליט"א האט זיך אוועקגעזעצט, און מ'האט געקענט זעהן די גאלדענע קאפל פין די הייליגע שינעווער רב זצ"ל וואס רבינו שליט"א האט געטראגן ר"ה כמנהג רבותינו הק'.

און די מעכטיגע ברכת כוהנים אין די תקיעות, און די דאווענען האט זיך געענדיגט 5:30 נאמיטאג, אין די עולם איז שנעל אהיים עסן די סעודת יו"ט כדי צו קענען צוריק קומען אויף צייט צו מנחה וואס מען האט געדאווענט 6:50.

מעריב ליל ב'.

האט געדאווענט דער קאלבאסאווער רב שליט"א אין דערנאך איז די ריזן עולם אריבער וואונטשן גיט יו"ט פארן רבי'ן, און ביים טיש איז כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני, אין רבינו שליט"א האט ווייטער געעפענט די מעיין אין ארויסגעגאסן טייערע דברי תורה אין הדרכה פאר די יוגענלייט און די בחורים, אין ס'איז געווען אן שטארקע חיזוק פאר די עולם, מ'איז דעם צווייטן נאכט אהיים זעהר שפעט ביינאכט,

יום ב'

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' פסח מיללער שליט"א אין צו שחרית הרב החסיד ר' אברהם קנאבלעך שליט"א, צו מוסף איז צוגעגאנגען די רב שליט"א אין ביי הויעך שמו"ע האט בנש"ק הרב יוסף שליט"א בנו הגדול של רבינו שליט"א געבלאזן שופר, און ביי תתקבל נאך ברכת כוהנים האט רבינו ששליט"א פארגעזאגט די תקיעות און די רב שליט"א האט געבלאזן, דעם צווייטן טאג האט מען געענדיגט 4:45 אביסל פריער פין נעכטן.

צווישן מנחה אין מעריב דמוצאי יו"ט האט זיך רבינו שליט"א אויסגעדרייט צום עולם אין זיך אוועקגעזעצט אינמיטן בימ"ד אין געזונגען ניגונים לכבוד יו"ט, אזוי ווי היה עם פיפיות, און שמע ישראל, און והיה ביום ההוא, כמנהג רבותינו הק' און ר"ה, און מעריב און די יו"ט איז פארביי אין די עולם איז געווען זעהר צופרידן און אהנגעזעטיגט מיט קדושה און צופרידנקייט אז ברוך ד' שלא עזבונו אין האט אונז איבער געלאזט דעם רועה נאמן וואס וועט אונז בעזרת ד' אקייגן פירן משיח צדקנו. אמן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2005 18:35 לינק ישיר 

פארוואס איז נישט דא קיין פיקטשערס פון ערב ר"ה מוצאי ר"ה וכו'...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ר"ה במחיצת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext