פארכאפט א קינד - הבחור שנחטף
עס איז דא א יוד אין ירושלים וואס הייסט ב"צ ר"ג, א ברודער פון דוד יהושע ר"ג וואס ער איז א שוואגער פון רב"צ ה"ש, עכ"פ דער ב"צ פון ירושלים ער איז א חסיד פון רבינו מבאבוב 45, און ער האט געשיקט זיינע צוויי בחורים אויף יו"ט קיין אמעריקא צו רבינו שליט"א, (פון דעם אליין וואס זיי זענען געקומען אויף ראש השנה איז א סימן צו וועם זיי זענען געקומען, ווייל כידוע האט רב"צ געשיקט א בריוו אז נאר די גאר עלטסטע בחורים מעגען קומען אויף ר"ה, און עס איז גראדע אינטערסאנט צו באמערקן אז דו פאר עלטערע בחורים וואס זענען יא אנגעקומען אויף ר"ה צו רב"צ, זענען ליידער גאר שוואכע סחורה כידוע פאר די וואס קענען די ארץ ישראל'דיגע עולם ואכהמ"ל), און זיי האבן געדארפט איינשטיין ביי זייער פעטער ר' דוד יהושע, און מטוב לבו איז ער זיי געגאנגען אויף פיקען אין אירפארט און אנקומענדיג אהיים האט ער זיי מבשר געוועהן אז ער לאזט זיי נישט אריין טרעטן קיין 45, איז איינער פון די בחורים האט זיך גלייך אויף געהויבן און געזאגט פעטער לעבן איך וועל מיך שוין טרעפען ווי איינצושטיין, און האט זיך אויף געהויבען און איז געגאנגען אויף א צווייטע אכסניא, און מיינטס נישט אז דער צווייטער ברודער איז פארכאפט געווארן נאר ער גייט אין ביהמ"ד מיטן פעטער און ווען ער קען (אויב קיינער פון די שפיאנען זעהן נישט) לויפט ער אריבער קיין 45 זיך מחמם צו זיין לאורו פונעם צדיק.
עס איז אינטערסאנט אנצומערקען ווי מען רייסט אוועק קינדער פון עלטערן אין 48 אדער אין 45?
 |
|
|