חזנות פאול: טיהר רבי ישמעאל
יום כיפור ביים דאווענען פירט מען זיך צו זאגן די פיוט פון אלה אזכרה וואס רעדט זיך פונעם מדרש עשרה הרוגי מלכות, דארט שטייט די באקאנטע חזנות שטיקל פון טיהר רבי ישמעאל עצמו וואס קווארטין האט געמאכט
כמעט יעדע חזן וואס רעספעקטירט זיך אביסל פראבירט אראפ צו לייגן דעם באקאנטן שטיקל, ערשט לעצטענס האט דער נייער חזן יצחק מאיר העלפגאט ארויסגעגעבן זיין ווערסיע אויף זיין נייע טעיפ "ברכי נפשי"
אפאר יאר צוריק האט יוסי גרין געמאכט א נייע חזנות סטייל שטיקל אויף די זעלבע ווערטער און סאיז געווען אויף אברהם פרידס חזק טעיפ, סאיז אביסל מער מאדערן
וועלכע האלט איר איז א מער געלונגענע שטיקל:
1. די אריגענעלע קווארטין טיהר ר' ישמעאל
2. די נייע גרין/פריד טיהר ר' ישמעאל
http://www.mostlymusic.com/product_info.php?products_id=1821
http://www.mostlymusic.com/product_info.php?products_id=2378
http://www.mostlymusic.com/product_info.php?products_id=647
|
|