בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אן אנדערע מין איד אין צפון ברוקלין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/10/2005 05:46 לינק ישיר 
אן אנדערע מין איד אין צפון ברוקלין




נאך אן ארטיקעל בנוגע די אנשי הגר בצפון ברוקלין


ווי עס איז אלץ געווען אנגענומען ביים כלל ישראל דורעך די דורות אז צו זיין א תלמד חכם האט מען געמוזט קענען לערנען און צי זיין א רב האט מען באדארפן צו קאנען פסקנן שאלות און צו זיין אן ערליכע איד מוז מען זיין ערליך.


אבער ביי די אנשי הגר גייט אלסדונג אויף קריק ממש און די בחינה פון עולם הפך ראיתי.


עס איז פארהאן דארט אזעלכיגע גערופענע תלמידי חכמים וואס פון ש"ס און פוסקים וויסט ער גארניט דער שלחן ערוך איז א נייער און עס איז גאר א מחזור אז איר וועט ביי זיי פרעגען א הלכה אדער א מנהג וועט ער גלייך נעמען א דיקען חסדישן מחזור און אייך צייגען ציווישען די קליינע ווערטער ווי אזוי די הלכה איז מער ווי דאס קאן ער ניט.


אבער עס קאן זיין אז זיי זענען גארניט שולדיק ווייל גמרא האט ער ניט געלערנט וועגן דף היומי און ווידער ירושלמי וועגן גור רמב"ם וועגן חב"ד מנחת חינוך וועגן בעלזא.


א רב דארף מער ווי פאליטיק גארניט קאנען און מיט דעם איז ער שוין בארעכטוגט צום געהאלט, עס איז גענוג אז דורעך דעם יאר געט ער עטליכע היצוגע דרשות און די לאפעצן פאלגען און מאכ'ן אָן א חורבן.

און ווי אויך אויב עס טרעפט זיך א אומגליק ח"ו פון א צונאמי ביז א פארפלייצונג ווייסט ער גלייך אז און דעם זענען די פרויען שילדוג ווייל די שייטל איז צו לאנג און די שטרימפ איז צו דין.


און צו פסקנן שאלות האט דער רב עטליכע תמימותדיגע אינגעלייט וועלכע טוען די ארבייט וואס ער קאן ניט.



אן ערליכער מאן הייסט מען דארט אז אין די ביזנעס קען ער די בעסטע שווינדלען און ווידער אין מקוה רעדט ער די
מערסטע לשון הרע און ווייטער אין שוהל שמיסט ער די געמיינסטע און אויפן גאס באזידעלט ער יעדער וואס טראכט אנדערש ווי אים.


און דאס איז אמת ביי זיי אלע אז ווער עס האט אנדערע מיינונגען טוען זיי אים בייצייכענען ווי א משוגענעם אדער ווי אן אפיקורס.




איך וויל זיך דא באדאנקען פאר די אלע וועלכע שיקען מיר אין אישי ארטיקלען איבער די וויכטוגע פראבלעמען וואס מען באדארף צו שרייבען.










דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 03:13 לינק ישיר 

די אלע קליגע ענטפערס פונעם חשוב'ן עולם דא, האט נאר מחזק געווען די דברים של טעם פון אונזער באליבטן ראצער. און אויפ-געוויזן שווארץ אויף ווייס די ווארהייט פון זיינע ווערטער.

ער מעג קומען פון ליבאוויטש, אפילו פון קארליבאך, אבער ליידער איז ער ביטער גערעכט מיט אלעם.

ראצער מיז דאך זיין א חכם מחוכם המבין דבר מתוך דבר. אז פונם אריבער שפאצירן די "ירושלים דאמעריקע" בלויז צוויי מאל א יאר, האסטו אזוי גיט ארויס די גאנצע בילד.

און צו דיר ראצער: חזק ואמץ. געציילטע זענען זיך מחי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 01:34 לינק ישיר 




דער פראבלעם מיט ראטצער איז נישט אז ער שרייבט אקעגן סאטמאר אונגערישע צפון ברוקלין ווייל יעדער האט רעכט צי זאגען וואס ער וויל נאר אז מען טראכט אויס פאנטאזיעס וואס זענען נישט געשטויגען און געפלויען כדי אויפרעגען אנדערע מיז מען זיין גרייט ציריק צי כאפן

אז מען ליינט דעם אשכול זעט מען גלייך ווער עס שיקט סחורה פאר ראטצער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 21:10 לינק ישיר 

מצורף קובץ

rotzer! im all the way for you

keep it up



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 21:05 לינק ישיר 

יודישקינד
באלד וועט מען איינרייסען פאר דיר אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 21:02 לינק ישיר 

ראטזער,

קיפ איט אפ, איך ווייס דאך יא דעם אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 20:59 לינק ישיר 

איך מיין אז ראצער איז גיבוירען אין "צפון ברוקלין"
האט איר אמאל גיהערט ביי איינעם דעם נאמען ראצער, אין איז נישט "מארץ הגר" ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 18:14 לינק ישיר 

רייסטס איין ביי שלח רפו"ש פאר א ערענסטן חולה

ראצער בן (אדער בת) ראצערטע לרפו"ש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 18:12 לינק ישיר 

תיקון טעות
ער זיצט ביי קארלבאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 17:48 לינק ישיר 

וואס קומט ער ארויס א יעדער פאהר טעג מיט ארץ הגר

זיצט רואיג אין קרני הייטס און לאזט אונץ ברוקלינער רואיג

מיר קוקען נישט וואס איהר טוט ביי אייך, קוקט נישט אויף אונזער זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 17:25 לינק ישיר 

ביטע נישט אריינמישען ליובאוויטש אהער!
ROTZER איז נישט פון אונזערע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 07:17 לינק ישיר 

פארוואס קען מען נישט רעדען לענין פון דעם אשכול?

ס'געפעלט אייך נישט דער אשכול? קוק נישט אריין!

די האלטס אז ס'איז קעגען די תקנות הפורום? שיק אריין צו דער מנהלים!

די ווילסט אז יעדער זאל זעהן אז דער אשכול איז קעגען די עטיק פון דער פורום? שרייב אריין פארוואס די האלטס אזוי!!!

גענוק געוועהן מיט דער פארנער'טע תגובות, פון מגיבים וואס האבען נאר איין אינטערעסע, אויס צו כאפען דער ערשטע שונד דרשות קעגען אנדערע ניקס!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 06:48 לינק ישיר 

און דא נאדיר, מר. ראצער, געב א קוק וואס ס'טוט זיך ביי ענק אין ארץ המשיחיים

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1612362



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 06:47 לינק ישיר 

דער משוגענער פאנטאזירט שוין אז מען שיקט אים אנווייזונגען אין תיבה אישית וואס ער זאל מוסר זאגן.

ער דערמאנט מיך פון דעם משוגענעם פון בארא פארק מיט די האטליין (ס'גייט נאך אן?) וואס גיט זיך אויס יעדע וואך דורך אריינשרייען אין א טעלעפאן זיינע בויך קוועטשענישן.

יא יא, מיט היידפארק און מיט די טעלעפאן קאנפערענץ סיסטעם קען יעדער צרוע ווערן א בעל דרשן און מוסר זאגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אן אנדערע מין איד אין צפון ברוקלין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext