ווי עס איז אלץ געווען אנגענומען ביים כלל ישראל דורעך די דורות אז צו זיין א תלמד חכם האט מען געמוזט קענען לערנען און צי זיין א רב האט מען באדארפן צו קאנען פסקנן שאלות און צו זיין אן ערליכע איד מוז מען זיין ערליך.
אבער ביי די אנשי הגר גייט אלסדונג אויף קריק ממש און די בחינה פון עולם הפך ראיתי.
עס איז פארהאן דארט אזעלכיגע גערופענע תלמידי חכמים וואס פון ש"ס און פוסקים וויסט ער גארניט דער שלחן ערוך איז א נייער און עס איז גאר א מחזור אז איר וועט ביי זיי פרעגען א הלכה אדער א מנהג וועט ער גלייך נעמען א דיקען חסדישן מחזור און אייך צייגען ציווישען די קליינע ווערטער ווי אזוי די הלכה איז מער ווי דאס קאן ער ניט.
און ווי אויך אויב עס טרעפט זיך א אומגליק ח"ו פון א צונאמי ביז א פארפלייצונג ווייסט ער גלייך אז און דעם זענען די פרויען שילדוג ווייל די שייטל איז צו לאנג און די שטרימפ איז צו דין.
און צו פסקנן שאלות האט דער רב עטליכע תמימותדיגע אינגעלייט וועלכע טוען די ארבייט וואס ער קאן ניט.
אן ערליכער מאן הייסט מען דארט אז אין די ביזנעס קען ער די בעסטע שווינדלען און ווידער אין מקוה רעדט ער די
מערסטע לשון הרע און ווייטער אין שוהל שמיסט ער די געמיינסטע און אויפן גאס באזידעלט ער יעדער וואס טראכט אנדערש ווי אים.
און דאס איז אמת ביי זיי אלע אז ווער עס האט אנדערע מיינונגען טוען זיי אים בייצייכענען ווי א משוגענעם אדער ווי אן אפיקורס.
איך וויל זיך דא באדאנקען פאר די אלע וועלכע שיקען מיר אין אישי ארטיקלען איבער די וויכטוגע פראבלעמען וואס מען באדארף צו שרייבען.
נשלח ב-10/10/2005 06:47
דער משוגענער פאנטאזירט שוין אז מען שיקט אים אנווייזונגען אין תיבה אישית וואס ער זאל מוסר זאגן.
ער דערמאנט מיך פון דעם משוגענעם פון בארא פארק מיט די האטליין (ס'גייט נאך אן?) וואס גיט זיך אויס יעדע וואך דורך אריינשרייען אין א טעלעפאן זיינע בויך קוועטשענישן.
יא יא, מיט היידפארק און מיט די טעלעפאן קאנפערענץ סיסטעם קען יעדער צרוע ווערן א בעל דרשן און מוסר זאגער.
נשלח ב-10/10/2005 06:48
און דא נאדיר, מר. ראצער, געב א קוק וואס ס'טוט זיך ביי ענק אין ארץ המשיחיים
די אלע קליגע ענטפערס פונעם חשוב'ן עולם דא, האט נאר מחזק געווען די דברים של טעם פון אונזער באליבטן ראצער. און אויפ-געוויזן שווארץ אויף ווייס די ווארהייט פון זיינע ווערטער.
ער מעג קומען פון ליבאוויטש, אפילו פון קארליבאך, אבער ליידער איז ער ביטער גערעכט מיט אלעם.
ראצער מיז דאך זיין א חכם מחוכם המבין דבר מתוך דבר. אז פונם אריבער שפאצירן די "ירושלים דאמעריקע" בלויז צוויי מאל א יאר, האסטו אזוי גיט ארויס די גאנצע בילד.
און צו דיר ראצער: חזק ואמץ. געציילטע זענען זיך מחי'