קוק ווי גוט דע אנשים פון 48 זענען
לכבוד ידידי
איך האב נישט קיין אישור כתיבה אין חדשות אנ"ש, איך וואלט דיר געוואלט בעטן אויב די קענסט דאס ארויף שרייבן אלס א הודעה חדשה ווייל דאס איז א שרעקליכע מעשה און מען מוז דאס מפרסם זיין.
שוידעליכע טעראר פון חסידי 48
כידוע קומט יעדער יאר פאר א יום תפילה לרפואת כל חולי ישראל בעשרת ימי תשובה, פאר אלע תינוקות של בית רבן אין גאנץ אמעריקא און אפי' אין אסאך מקומות אויף די וועלט, דאס איז נתייסד געווארן דורך א הצלה מעמבער וואס איז אמאל געוועהן שטארק קראנק האט ער געמאכט אזא יום תפלה לרפואתו, און געמאכט א נדר אז ווען ער וועט געזונט ווערן וועט ער דאס ווייטער מאכן יעדער יאר, און דאס קומט פאר אין באבובער בית המדרש אויף 48, -דער מעמד האט גארנישט מיט באבוב נאר זיי דינגען דאס אויס פאר דעם מעמד-, איז היי יאר ווען די עסקנים זענען געקומען דינגען דעם ביהמ"ד האבן די פירערס פון באבוב 48, אויסגענומען א תנאי קודם למעשה אז מען טאר נישט לאזן די פיר הונדערט קינדער פון תלמוד תורה בני ציון דבאבוב דחסידי 45 קומען, (אפי' אז זיי האבן געחתמ'ט שטרי בירורין וואס דאס מיינט דאך פשוט אז ביז נאך פסק בי"ד זענען זיי נישט בעה"ב אויפן ביהמ"ד).
שומו שמים אויף אזא זאך, יארן לאנג איז דא א תפילה וואס קומט ארויף אין הימל אין עשי"ת מהבל פיהם שאין בהם חטא פון טויזענטער קינדער באחדות נישט קיין חילוק חסידישע ליטווישע מאדערנע אלע מינים, און היי יאר צוליב אייגענע פאליטיק גייט מען ח"ו קאליע מאכן פאר גאנץ כלל ישראל ד' ירחם, און אוועק נעמען די כח האחדות פון תפילת כל ילדי ישראל, ראו עד היכן הדברים מגיעים אז דער שטן קען זיך אפי' פארשטעלן און א געבלומטען בעקיטשע מיט ווייסע זאקן.
 |
|
|