א דאנק פאר אייך דשובוי, א גוטער איינפאל צום נייער יאר אז מיר אלע וועלן האבען א ערי מקלט פון די געמיינע יונגען.
אבער צו אייך אלע זונדיגע פארשוינען וואס וועלען איבערבלייבען דא אין די הרי חושך זארגט אייך ניט ווייל אויך דא וועלען מיר ווייטער שרייבען דער אמת און אויף דעקן אייערע אומווערדיגע מעשים.
נשלח ב-12/10/2005 03:23
שלום עליכם מענדעלע דרעי
נאך איין מזל אז דו ביזט אנגעקומען.
אויסשווארץ איז ענדליך געטרייסט געווארן...
און ביי-די-וועי, וואס טוט זיך עפעס אין קאורט?..
נשלח ב-12/10/2005 03:15
אויסשווארץ ביסט צו סענסעטיוו
ווען די קוקסט גוט וואלסטו באמערקט אז די תשובה האט אונזער JEWBOY געגעבן פאר איחודמעמבער וואס נוצט באמת ניבול פה כסדר דא אין פארום מאז וקדם.
איך געדענק נישט אז די נוצט ניבול פה, ממילא איז ברור אז ער מיינט נישט דיר.
לכשעצמי האלט איך אזא פורום וועט נישט מצליח זיין, אבער איך ווינטש פאר JEWBOY בכל אשר תפנה תצליח.
נשלח ב-12/10/2005 00:41
באטשי, אויב איז שרייבן אויפ'ן אינטערנעט א סימן אויף "כאפ" (נישט אז איך ווייס די גענויער מיינונג דערפון אבער אז עס נעגעטיוו פארשטיי איך) קוק איבער די סטאטיסטיקס פין די צו-וויקס פין בלוגס, אין און-ליין קומיונעטיס. עס איז אסטראנומיש. קען זיין אז כולנו משוגעים (נישט דיך ארייןגערעכנט פארשטייט זיך).
2) איך מיין נישט מיך אלץ א שרייבער בכלל. פין ווי די האסט באקומען דען הארה ווייס איך נישט. איך האב א קנאפע פראבלעם אויפצועפענען אין אנצופילען זיבן בלוגס, אין זעקס פורומים. איז אפילו קלויבט מען מיך נישט, דיינו אז עס וועט זיין צו ליינען.
3) קלויבן וועט דער וואס נעמט זיך אינטער צו זיין מנהל. די ווילסט? נישט קיין בעיה, שטעל זיך צום ברעטל.
נומער די לעצטע) צוהיצט איז נישט = נערישע קייעריי פין פוליטיק, אהן אויפהער, אין אויף א קינדערשע אופן. איך האף אז די שרייבסט אנדערש סתם למען הטענהריי, ווייל אויב דאס סטימיולירט דיך, אין לך תקנה.
נשלח ב-11/10/2005 23:12
אויסשווארץ
דו מיינסט דאס אידישע ווארט? מיט די עדס פאר העולם טשיז, און לשנה טובה'ס פון אידען וואס זענען שוין צעהן יאהר אויפ'ן עולם האמת.
געדענק דעם מאמר הליטוואק: א חסרון אין הסברה איז א חסרון אין הבנה.
קוטשמע
1) קודם כל ווער וועט קלויבן?
2) ווער זאגט אז מוועט דיך קלויבן
3) מטוט יעצט אויך אזוי
4) בדרך כלל די נישט געקליבענע זענען די אינטערסאנטסטע - דו אליינס ביזט אויך געוועהן מער אינטערסאנט ווען דו ביזט געוועהן צו היצט...
5) טאמער ווילסטו דוקא געקליבענע שרייבערס? לייען דעם איד/בלאט/המודיע
דערווייל שווייג, אזוי וועט קיינער נישט וויסן אז די פארשטייסט נישט די טיפקייט דערפון
נשלח ב-11/10/2005 22:17
קוטשמע
איך פארשטיי נישט דעם תועלת פון נישט לאזן לייענען דעם פארום נאר פאר מיוחסים?
באשר הוא שם, מוז קיינער נישט ליינען וואס אים אינטערסירט נישט.
אז איך וויל לייען איך סאטמאר , און אז איך וויל לייען איך באבוב, און אז איך וויל לייען איך צווישן די שורות...
BTW נאך בח"ח איז חדשות אנ"ש דער פאפולערסער פארום אין מסורת.
איך פארשטיי באמת נישט וואס קוועטש ענק?
נשלח ב-11/10/2005 21:59
באטשי שרייבט:
3) אויב די "נארמאלע" זאכן וועלען זיין אויף א פארמאכטן פארום, אין די "ווילדע" זאכן אויף איין אפענעם, וועלן מענטשן מיינען אז חסידישע יידען (פון גאנץ דרום ניו יארק...) - זענען א באנדע משוגעים וואס די איינציגע זאך צו וואס זיי טויגען קענען איז צו שעלטן איינער דעם צווייטן רבי'ס אין טאטנס טאטן אריין. - (פארדעהם האלט איך אויך נישט פון בחדרי חרדים משפחה)
בדרך הלצה, זיי וועלן מיינען אדער קאמפערמירט ווערן?
למעשה איז א בראך וואס עס גייט פאהר אין פורום אין די תועלת וועט זיין פאר ביידע סארט מענטשן. די וואס זענען אינטרעסירט נאר אין פוליטיק, אזויוי אסאך גולשים וואס קאנטרובעטירן נאר שלעגעריי, וועלן נישט געשטרויכלט ווערן איבער נורמאלע אשכולות פין סתם אינטרעסאנטע ענינים. אין גולשים וואס זענען אינטרעסירט אין נורמאלע דסקוסיעס, נישט אריין גערעכנט נערישע פוליטיק, וועלן מער נישט מיזן זיכן אין נישטערן צווישן טויזענט אשכולות איבערן זעלבע טעמע.
די פראבלעם איז נאר אז רוב פין די גולשים וואס זענען אינטרעסירט אין פוליטיק פרייע דיסקוסיעס זענען אנטלאפן פין פורום, נאךדעם וואס די אנדערע האבן עס געירשנט.
איי וואס וועט זיין מיט די וואס וועלן טראכטן אז חסידים זענען משוגע? אדער וועט מען זיי צושמירן אויף הייד פארק אזוי אז עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פין דעם געדאנק, בבחינת מחה תמחה, אדער קען מען פאר זיי עפענען א דריטע פורום.
תוקן על ידי - Kutchma - 11/10/2005 22:02:44
נשלח ב-11/10/2005 21:43
גי'בוי איך האף אז די זיפ פייל וועסטו אויך אינזין האבן נאך יום הקדוש
חזק ואמץ קיפ אן גואינג