איך וועל מסתמא קיינמאל פארגעסן א מחזה נורא וואס איך האב בייגעוואוינט מיט א צען יאר צוריק אדער מער. אין איינע פון די פארשטופטע שולען אין שטאט, נאך מנחה ערב יום הקדוש, איז א תמימות'דיג ספרד'יש אידל צוגעקומען און געבעטן אז מען זאל אים שלאגן מלקות. כמנהג חסידים האט מען אים נאר אזוי צוגערירט מיטן עק פונעם קאנטשיק... אבער די יעלות וואס יענער האט געמאכט, געוויינט און פארפירט מיט יאמערליכע טרערן... הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא. עם ישראל קדושים!
|
|