דער גאליציענער טיילט מזונות עיו"כ
קומט אריין א גאליציאנער אידל און בעט זיך ביים שמש ווי צו א גזלן: ביטע, לאז מיר טיילן די לעקאך פאר די אידן נאכן דאווענען.
דער גבאי קומט אים אן מיט א וואונדערליכע מינע. ער איז צוגעוואוינט אז מענטשן שטרעקן אויס די האנט און זענען מתפלל א קורצע תפילה דערביי אז אויב איז זיי באשערט אנצוקומען צו יענעם, זאל מען זיך פטר'ן מיט די שטיקל לעקאך וואס מען בעט ביים משמש.
און דא וויל דער איד אליינס טיילן די לעקאך פארן עולם?
יא - זאגט דער גאליציאנער איד מיט א שמייכל - איך האב אינזין אז אויב איז מיר באשערט דורכן יאר צו 'טיילן', זאל איך האבן אפגעקומען מיט דעם.
|
|