בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פון ווי נעמט זיך אזא שנאה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2005 05:34 לינק ישיר 
פון ווי נעמט זיך אזא שנאה?

איינע פון די טעג האב איך געהאט א שמועס מיט אידן וואס זענען פון אנדערע קרייזן וואס געהערן זיך נישט אן אין די סאטמארע שיטה, און דער נושא איז געווען וואס דער שיטה פון סאטמאר איז און וויפיל הצלחה דאס האט בכלל געהאט אין די וועלט.

וואס איך האב געהאלטן און וואס זיי האבן מיטגעשטימט אדער געזאגט פארקערט ווי מיר איז נישט דא דער ארט, אבער וואס מיר איז געווען א פלא און וואס איך האב שוין געזען ביי אנדערע געלעגנהייטן איז דער שנאה וואס שפירט זיך פון אנדערע וואס האבן מיט סאטמאר גאר ווייניג, דער האס איז עפעס גאר שטארק און כמעט אומפארשטענדליך. אויך איז א פלא די פרעכהייט מיט וואס זיי רעדן איבער דעם גדול הדור סאטמאר רבי זצ"ל.

ווער עס איז געווען דער סאטמאר רבי ז"ל איז בכלל נישט וויכטיג אין איצטיגן מאמענט איבערצוקייען. און זיכער האבן אלע אין זיין דור, סיי די וואס האבן מיט אים מיטגעשטימט און סיי די וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי ער, אים שטארק מחשיב געווען און האבן אנערקענט זיין ביישטייערונג אין דעם אויפבלי פון אידישקייט אין דעם ארץ לא זרועה אמעריקע.

די שנאה צו סאטמאר קען מען אביסל פארשטיין ווייל סאטמאר האט א טבע צו רעגירן אויף אנדערע, דאס איז שוין אזא איינגעגעסענע זאך, און דאס איז וואס שאפט אזא פיינטשאפט צו דעם שיינע קהילה בישראל. אויך דאס וואס אין סאטמאר באקומט מען דעם חינוך אז זיי זענען די בעסטע פון כלל ישראל און נישט נאר דאס, נאר אז אנדערע זענען גאר שלעכט אדער אין זייער שפראך "פארכאפט" אין כפירה ומינות, איז אזא וואס ברענגט נישט קיין ליבשאפט צו זיי.

אבער ווען מען רעדט פון אזא גדול בישראל וואס דו מוזט נישט מודה זיין אז זיין שיטה איז אויסגעהאלטן אדער אנגענומען ביי רוב כלל ישראל. קענסט זיך אפילו דינגען אויב ער איז געווען גרעסער ווי זיינע מורה דרך, אבער ער איז נישט געגאנגען אין דיין חדר און ער איז בכלל נישט געווען א איד פון דעם דור אין וואס דו לעבסט, טא פון ווי נעמסטו די עזות צו רעדן אזוי איבער דעם רבן של ישראל?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 18:02 לינק ישיר 

ס'ווענדט זיך אין די סוגיא פון "מיהו סאטמאר" וואס מיר זענען נישט אויסן צו בארירן דא, און נישט אין ערגעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 16:51 לינק ישיר 

בענעדיקט
ווער האט מער פיינט וועם : איך סאטמאר אדער סאטמאר מיך ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 06:02 לינק ישיר 

ענדליך ענדליך, נאך גרויס הארעוואניע און מיה, נאך הונדערטער תגובות אויף היידפארק, איז מיר געלונגען ארויסצובאקומען אן האלבן הודאה במקצת פון מיין נייער ידיד ר' באראפארקער!!!

אם הסוף טוב הכל טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 04:42 לינק ישיר 

עפשטיין,
איך האלט בענעדיקט איז הונדרעט פראצענט גערעכט, די שאלה איז נאר ווער דער עשו איז....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 02:05 לינק ישיר 

ווען די זעסט דעם שמועס וועגן עטץ מיין איך אז עפעס איז דא אין בענעדיקט'ס ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 01:49 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס מען וויל דא? סאטמאר צייכנט זיך אויס מיט זייער גוט הארץ צו אלע צוועקן אויף דער וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 22:38 לינק ישיר 

קיינער האט נישט פיינט סאטמאר סתם אזוי,
די סאטמאערע גאנג איז שטענדיג גיווען צו רעדען אין שרייבען (דער איד)קעגן גדולי ישראל
איז פארוואס מיינט עטס אז מען האט ענק נישט ליב?
ווייל איר ווילט זיך נארען אז ענק זענען ערליכער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 21:45 לינק ישיר 

דאס האט מיר איינער פון די חשוב'ע מעמבערס דא אריינגעשיקט אין קעסטל, און זעט אויס אז ער האט דאס נישט געוואלט לייגן מיט זיין נאמען. (ניין, דאס איז נישט "אלף ביז זיין"...)

איך האב נישט קיין אינטרעס צו אנטוויקלען א וויכוח, פארדעם ענטפער איך דא און נישט אין אשכול.

ווער ס'האט אמאל גיהערט ווי אזוי ס'רעט א סאטמארער חסיד, אויפן בית ישראל פון גער, צו דער אמרי חיים פון וויז'ניץ און אזוי ווייטער, זאל זיך נישט ווינדערין אז די אידן וואס האבין גיזעהן און זיי גרויסע אידן נישט ווייניגער ווי דער סאטמארער רב, (און די וועסט נישט אפלייקענען זייער זכות צו האלטין פון זייער רבין אזוי), ווייגען זיך צו רעדן מיט די זעלבע שפראך אויפן סאטמארער רב, כך דרכו של עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 19:09 לינק ישיר 

אלף ביז תיו
מיר איז גראדע גאנץ אינטרעסאנט צו וויסען וואס די האסט דא געהאט צו זאגען, איז אדרבה, שרייב! פארוואס האסטו אויסגעמעקט?? איך בין טרויעריג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 08:24 לינק ישיר 



תוקן על ידי - aaatozzz - 16/10/2005 8:32:35



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 07:04 לינק ישיר 

דיפלאמאט
די שנאה צו סאטמאר ביסט די גאר גוט מסביר, מען דארף נישט צו דעם צולייגען, דאס וואס די ברענגסט ארויס לגבי די סאטמאר רבי זצ"ל, איז לפי ידיעתי נישט אזוי, דער עולם אין די וועלט האט א שטארקע אנערקענונג פאר די אויפטוהעכציר פין די סאטמאר רבי, נאר מען פראבירט צו האקען און ארויסברענגען סתירות וכו', כדרכם בקודש פין די סאטמארער חסידים אויף אנדערע רבי'ס.

מען דארף גארנישט מער ווי די תגובה פין בענעדיקט דא, וואס שרייבט הלכה הוא בידוע, ארויסצוברענגען אז די גאנצע וועלט וואס האט נישט ליב סאטמאר איז עשו'ס כנגד סאטמאר, איז וואס ווילסטו די וועלט זאל האלטען פין סאטמאר??

שטייט נישט כמים הפנים לפנים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 06:20 לינק ישיר 

הלכה בידוע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פון ווי נעמט זיך אזא שנאה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext