| נשלח ב-16/10/2005 07:50 |
|
| |
זענט איר אויך אזוי מחנך די קינדער?
איך בין נישט קיינעם'ס בעל מחנך, באט יעדע זאך האט א גרעניץ, נישט אזוי?
איז וואס איז געווען?
איז געווען אזוי!
דעם שבת האב איך געגסן ביי מיינע עלטערן צוליב א שמחה אין די משפ'.
(אגב אינטרעסאנט, אז ווען איך דאווען אין יואל סאטמאר איז אייביג דא עפעס שלעק.)
זיצענדיג ביים טיש איז מיין נעפיא געזעצן נעבן מיר, און ער פרעגט מיר פארוואס האסטו אזא קליינע קאפל? האב איך גענטפערט אז איך האב געקויפט די קאפל ווען איך בין נאך געווען קליין און ס'איז נישט אינגאנצן מיט געוואקסן מיטן קאפ, מיין קאפל איז אויך אמאל געווען קליין, נאר מיין קאפ איז נאך גרעסער געווארן, און די קאפל איז געבליבן אביסל אונטערשטעליג! פרעגט מיין נעפיא ווייטער נאך אפאר מינוט פארוואס האסטו נישט קיין פיאות? האב איך עם געוויזן אז איך האב יא א שטיקל.
און דא רופט ער זיך אן די ביזט אזוי ווי א *******.
דא האב איך מיר שוין אויפגערעגט און עם געזאגט נאך 1 ווארט די רעדסט כאפסטו צוויי קלינגעדיגע פעטש אין פנים.
זיין טאטע (מיין שוואגער) וואס איז געזעצן נעבן עם האט אים טאקע אנגעשריגן פארן זיך חוצפענען צום פעטער, באט דאס איז נישט מיין פראבלעם.
מיין פראבלעם איז:
פארוואס זענט עטץ אזוי מחנך ענקערע קינדער אז דער וואס האט נישט קיין גרויסע בארד און לאנגע פיאות איז א שייגעץ?
מוז דען יעדער האבן די לאנגע געקראזעלטע פיאות?
מוז דען יעדער האבן א בארד ביז צום .... .....?
מוז דען יעדער גיין מיט בארג גריזים קאפל?
איך וויל נאר וויסן צו איר מעמבער'ס זענט אויך אזוי מחנך ענקערע קינדער?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 03:54 |
|
| |
די מעשה וואס זובוי האט געענטפערט מיטן קאפל
שטאמט פון א מנהל אין היימישע תלמוד תורה
וואס איז אלץ מסביר די קינדער אז פונקט אזוי ווי ווען די העמד אדער הויזן ווערן קליין קויפט מען א גרעסערע סייז
דאס זעלבע איז מיטן קאפל ווען עס ווערט קליין דארף מען קויפן א גרעסערס....
אגב זיין קאלעגע מנהל רודפט פשוט די קינדער און ווארפט ארויס ווער סהאט א קליינע קאפל
ער זאגט נישט דעם אויבן דערמאנטן הסבר
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 21:43 |
|
| |
חברה,
איך האב גארנישט געמיינט,
זייט מיר מוחל
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 17:56 |
|
| |
נתן הו טעל יו דעט אז אברהם אבינו איז נישט געגאנגען אין קיין קאפל? חוץ מזה מ'דארף גיין מיט א כיסוי אויפן ראש דאס איז הלכה אין שו"ע, און זיכער אאע"ה וואס האט מקיים געווען די גאנצע תורה כמבואר בספה"ק איז זיכער געגאנגען מיט א כיסוי אויפן קאפ.
נאַו לגופו של ענין, דאס איז זיכער אז די גאנצע תורה איז די עיקר פון יעדן איד בחיצוניות און בפנימיות, לעצטענס איז אכשר דרא בחיצוניות, תורה וואס איז אין אלע דורות נישט געווען -הגם קיינער געדענקט נישט וואס איז געווען אמאל, אבער לעט סעי- מצוות מעשיות איז היינט פילפאכיג מער פון אמאל, כאפ א דוגמא ד' מינים איז נישט געווען וואס היינט וכו' וכו' כמעט יעדער איד האט א מעגליכקייט מקיים צו זיין די מצות הדלקת נר חנוכה, אין יעדע דערפל איז דא קריאת המגילה, מ'דארף שוין היינט אין כמעט קיין שום שוהל איינער וואס זאל מוציא זיין דעם ציבור מיטן דאווענען ווייל דער עולם קען נישט קיין עברי, בקיצור ס'איז א וועלט וואס יעדער איז א יודע ספר כאטשיג במקצת, כמעט אלע בחורים לערנען עפעס אין ישיבה.
אבער אהבת ה' יראת ה' טראכטן פון גאט יעדע רגע אין טאג, דאס איז ליידער זייער שוואך געווארן, אמאל א איד אין א דערפל וואס האט קוים געקענט עברי זאגן און ער האט געזאגט נח מיט זיבן גרייזן האט געציטערט פון א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און אויף זאכן וואס ער האט געוואוסט אז מ'טאר נישט, האט ער זיך לייכטער איינגעהאלטן וואוסענדיג אז גאט לאזט נישט און מ'גייט אפגעבן דין וחשבון, ער איז געווען אנגעהאנגן צום באשעפער אויף זיין פרנסה, אז עס געקומען צו איהם א איד וואס האט געוואוסט עטוואס מער פון איהם האט ער געגארט און געדארשט יענער זאל איהם עפעס לערנען, ווייל ער איז כאטש געווען א מכיר את מקומו.
היינט איז ליידער מקוים געווארן די ווערטער פון חז"ל בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, ליידער כלפי מעלה אויך, און דאס פארמערט זיך אין יעדע דור לויט די אכשר דרא פונעם דור, "מענטשן לאכן פון יעדע סארט העכערע אויטעריטעט" אויף ספרים זאגט מען אז ס'איז נישט פאר אזעלכע שוואכע דורות, ווען גאט שיקט א וואונק פון הימל זאגט מען כי הוא ידע יצרנו, ווען א רב זאגט עפעס -אויב וואגט ער זיך- אדער א בעל דרשן זאגט עפעס -אויב זיצט מען פונקט ביי א דרשה- זאגט מען טול קורה בין עיניך, (אבער ווען מ'זאגט אליין עפעס זאגט מען קבל את האמת ממי שאמרו).
בקיצור מ'דארף אסאך הארעווען צו מחנך זיין די קינדער צו זיין פשוטע ערליכע אידן, וואס פשוטער איז אלץ געזונטער, דאס הייסט אזוי, לערנען די קינדער די י"ג עיקרים וואס דער רמב"ם האט אראפגעשטעלט, לערנען מיט איהם וואס הייסט א איד מיט לבוש על פי ההלכה, און וואס הייסט על פי חסידות, און מסביר זיין אז יעדער איד דארף זיך פירן לויט די הלכה, נאר היות מ'טאר על פי התורה זיך נישט מדמה זיין צום גוי דארפן מיר זיך אנטוהן מער אפגעזונדערט פונם גוי, כדי מיר זאלן זיך נישט מקרב זיין צום גוי, און דאס אלעס זענען הלכות מפרושת אין שולחן ערוך.
און בנוגע יענעם דאס איז נישט אונזער דאגה בכלל, קיין איין איד איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט מגלה צו זיין יענעם'ס באשעפער אויף די וועלט, יעדער באזונדער באדארף צו מגלה זיין אין דעם הסתר פנים זיין באשעפער מיט וויפיל מער מצוות ער קען אויף די וועלט מיט וויפיל מער תורה, און דאס אלעס.
יא ס'איז דא א מצות עשה אין די תורה הוכח תוכיח את עמיתך אבער גלייך נאכדעם האט גאט געשריבן ולא תשא עליו חטא, אין די גמרא זאגט דער הייליגער רבי עקיבא תמה אני אם יש בדור הזה מי שיוכל להוכיח, אבער דאס איז געזאגט פאר זיך, און אז מ'הערט יא פון איינעם עפעס מעג מען זאגן קבל את האמת ממי שאמרו מ'דארף נישט זאגן טול קורה, ווייל וואס שאדט דאס דען אז יענער האט געזאגט.
און מ'טאר נישט פארגעסן אז אהבת ישראל איז אויך א מ"ע, און מ'איז מחויב פשוט מחנך זיין די קינדער אויף דעם פונקט ווי אויף נעגל וואסער און אויף ד' מינים וכו', נאר מ'דארף טאקע אריינלייגן אין די קינדער א מורא'דיגע געשמאק אין יעדע הלכה ומנהג נישט אז ס'זאל זיין אויף זיי לעול ולמשא, זיי זאלן פארשטיין פארוואס מ'טוהט עס, און וואו אויך אז אויב זיי טוען סיי וואספארא עבירה אין די תורה, טראכט ווי אזוי ווילסטו אז דיין טאטע אין הימל זאל זיך פירן מיט דיר ווען דו ווערסט נכשל, און מיט אזא רחמנות פיר זיך מיט דיין קינד און ער זאל עס זעהן אז דו ווילסט איהם נאר צוברענגן צו זיין אמתדיגע גליק, דעמאלט וועט ער נישט זוכן קיין בעסערע גליקן.
איך פערזענליך נעם אריין צו מיר אין שטוב -ביי סעודות בפרט- אלע מיני קאפלעך, סיי וואס מ'קויפט נאך אלס קליין קינד און ס'וואקסט נישט מיט, און סיי גרויסע קאפלעך מיט די ירושלים'דיגע גרוך פון די משולחים למיניהם, וואס פון ביידע וויל איך נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך לערנען ווי אזוי זיך צו פירן, ב"ה מיינע קינדער ווייסן פארוואס זיי זענען אזוי ווי זיי זענען און זיי קוקען נישט ארויף און נישט אראפ אויף קיין איינעם וואס איז נישט ווי זיי, דער אייבערשטער זאל מיר העלפן אויף ווייטער אויך.
און בנוגע הרב דזיבוי דאס קינד איז ליידער נישט מחונך געווארן, דאס קומט נישט פון חינוך נאר פון אי חינוך, בעסער געזאגט פון די חוצפא יסגי, וואס די עלטערן האבן און זענען נישט מחנך זייערע קינדער ווי אזוי עס באדארף צו זיין.
לויט ווי מיר קוקט אויס וועט דאס אינגעל (איך האף אז נישט) אויך אויפוואקסן מיט זיין קאפל פון אלס קינד, אדער וועט ער זיין א ריכטיגע שוואנץ, ווייל זיין קאפ עפענט זיך אביסל סאו היס פאטער העוו טו וואטש אוט
תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 18:02:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 21:13 |
|
| |
וואס איז דער עולם דא אזוי מקצר?
עס איז קלאר אז די דרויסענדיגע לבוש האט פיל געראטעוועט אידן פון אנקומען צו פלעצער ווי זיי וואלטן אנדערש אנגעקומען. דאס מיינט אבער נישט אז דער וואס גייט אנדערש ווי דיר איז א נידריג יונג, און זיכער מוז מען אויסלערנען די קינדער זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ פאר א צווייטן וכ"ש א פעטער...
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 16/10/2005 21:23:07
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 21:12 |
|
| |
השכלה, מן דכר שמיה? פרעג די סארט בחורים וואס השכלה מיינט, עקספעקט נישט קיין ענטפער. עס קומט פשוט פין אימאויפגעקלערטקייט - טיפשות, נישט דאס פארקערטע.
העי, איך מיין קיינעם נישט פערזענדליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:51 |
|
| |
קוטשמע און צדוק, נאדסט ענק אזוינס בשותפות .
איך וויל נאר צולייגען, אז לדעתי איז דער גרויסע עיקר, וואס אין די לעצטע "פאר" דורות, האט מען געמאכט אזא גרויסע עיקר פון חיצוניות, האט זיכער אסאך צוטוהן מיט די צורך השעה, פון די מלחמה מיט השכלה און אנדערע פרעמדע ווינטען.
ווער ס'דרייט זיך אביסעל ציווישען אונזער היימישער עולם, ווייסט גאר גוט, אז אונזער כלליות'דיגער פראבלעם, האט מיט השכלה און אויף געקלערטקייט גאר ווייניק איינגעשטויסען.
ס'איז כמעט קלאר פאר א יעדען בעל דעת, אז כהיום הזה, איז דער דור לקוי גאר שטארק אין מצוות שבין אדם לחבירו, ווי לה"ר ורכילות.
ס'איז אפילו שייך צו זאגען, אז דאס איז דער עיקר מצוה, וואס אונזער דור דארף מתקן זיין.
יא יא, ענדערש ווי אסאך אנדערע עקסטרעמקייטען, וואס אמאל האט זיך "אפשר" אידישקייט געהאלטען אויף דעם, אבער היינט ווערט דאס געהעריג גענוצט פאר א כלי, צו טרעטען אויף יענעם, און איינצו רעדען זיך און די קינדער, אז מיר זענען חשוב'ער ווי א יענעם.
ודוק כי קצרתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:35 |
|
| |
רעב קוטשמע
יישר כח פארען מודה זיין אין איין פאה....
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:15 |
|
| |
ר' שלמה קארליבאך זצ''ל האט פארציילט אז גייענדוג אויף די געסלעך אין ירושלים זעהט ער יונגעל מיט גאר לאנגע פיאות געט ער אים א פרעג וואס פעלט עס אויס זאגט אים דאס קינד אז ער ברויך ניט אזאלכע לאנגע אבער ער ווייסט אז ווי א דור ווערט אידישקייט שוואכער וויל ער אז זיינע דורות זאלען האבען פון ווי צו פאלען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:14 |
|
| |
אגב, צדוק, אויף דיין ערשטע תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:08 |
|
| |
באראפארקער, אנטשולדיגט איך האלט אבער אז די ביסט נישט אינגאנצען גערעכט. איך קען נישט מאריך זיין ווייל מען ברויך דאך ד' מינים קויפען.
אנשטאט מחנך זיין דיינע קינדער אז איינער וואס גייט אנגעטיען אדערש ווי דיך זעהט אויס אדער איז א גוי, קענסטו פשוט אויסלרענן דעם קאנסעפט פין נישט משנה זיין דרך האבות. איך האלט אז עס וועט פונקט אזוי ווירקען אז זיי זאלן זיך נישט אפשניידן די בארד אין פיאות. פארשטיי ביטע אז ווען זיי קימען אין די יארן האבן זיי דעת עצמית, אין זיי וועלן דיך אנקוקען ווי א הארטנאקיגע פאנאטיק וואס האלט אז יעדער וואס איז אנדערש ווי עם דערנידערט ער, אין דער אזוי גערופענע חינוך וועט עם קנאפ פארמיידן פין טוהן וואס ער וויל. מה שאין כן מיט די קאנסעפט פין נישט משנה זיין וועט ער דיך חאטש נישט אנקוקען פאר וואס די ביסט וד"ל. אינטערשטע שורה: קיין איינס פין די צוויי מעטאדען וועלן נישט פארזיכרן אז דיין זיהן בלייבט ביים אמונה לערן עם אבער נישט אויס דעם "אנוכי, ולא יהיה לך." איך בין דעם מובחר אין דער אנדערע איז פין די פחותים.
קען טאקע זיין אז דשזובוי'ס פראבלעם איז במקומו עומד, ווייל אפילו מיט דעם מעטאד קען זיין נפיו נאך פרעגן קשיות. עם כל זה, די השקפה אז איינער וואס איז אנדערש ווי דיך איז ווייניגער אדער נישט אזוי חשוב ווייל ער גייט אנדערש אנגעטיען איז לדעתי געפערליך.
דאס איז מיט נישט מאריך זיין.
תוקן על ידי - Kutchma - 16/10/2005 20:11:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 20:07 |
|
| |
מיסטער באראפארעער,
איך מיין אז אייער חינוך פראבלעם איז ,אז איר האט נישט אריינגעקוקט ווען מען האט פארגילערענט...
איך רעד דא פון אויסטוהן א קאפעל ל"ע ?
מנתק זיין פון אידישקייט ל"ע ?
מען רעדט דא פון פיינע ערליכע בעלי בתים וואס זענען מקיים מצוות התורה, זענען קובע עיתים לתורה, נאר זיי גייען נישט קיין לאנגע פיאות אין שניידען די בערד,
זענען זיי נישט קיין ערליכע אידען?
אין אז דו פארשטייסט נישט אז לשון הרע אין ניבול פה איז נישט וויכטיגער יסודות אין אידישקייט, האסטו קיינמאל נישט אריינגעקוקט אינעם הייליגער ספר "חפץ חיים"
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:36 |
|
| |
דירעקט נישט. איך בעט א ביאור. פשוטו כמשמעו. ווייל אין מיין תורה איז לשון הרע א דאורייתא משא"כ קאפל און לאנגע שיעור פיאות און בארד.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 19:25 |
|
| |
בענעדיקט,
האסט דיך ווידער אנגע'פגע'ט?
|
|
|
|
|