נו, וויפוהל איז געוועהן דער אתרוג?...
איך מאך אויף דעם אשכול מיט אסאך שוועריגקייטען, אבער עצור במילין מי יכול...
אזוי ווי אלע יאהרען, קום איך אין ביהמ"ד אריין דעם ערשטען טאג יו"ט, און דער באקאנטע שאלה ליגט יעדען איינעם אויף'ן צינג, יענקעל, "וויפוהל איז דער אתרוג?" משה, "וואס זאגסטו צו דעם פרי? ממש א הדר, ניין?"
איז אלזא, פארוואס זאל מען ווארטען ביז יו"ט?
דער עולם האט דאך שוין מער ווייניגער דעם אתרוג וואס ער גייט דערמיט יוצא זיין, איז וואס קע שאטען צו פארציילען וויפוהל איר האט איינגעצאלט פארן אתרוג?
און אז איר האט דער יכולת צו צושטעלען א בילד דערפין, מה טוב ומה נעים!
אויב וועל איך האבען א געלעגענהייט, וועל איך בלי"נ אריין שטעלען א בילד פון מיינע סחורה.
עכ"פ, דער ציבור דא פון אנ"ש, ווערט געבעטען אריין שטעלען בילדער פון די אתרוגים זייערע, און דער עולם דא וועט שוין אפשאצען דער שיינקייט דערפין... און צו ס'איז טאקע ווערט געוועהן דער דריי מאות וואס איר האט ארויס געשטעלט דערויף...
יישר כחכם.
|
|