|
|
| נשלח ב-20/10/2005 20:46 |
|
| |
קריאה דחופה
ביי אונץ אין ביתהמ"ד מאכט מען א גרויסען קידוש שמחת תורה, און איינער האט זיך מתנדב געווען צו מאכען "גאלע" שנקרא בפי הגאליציאנער "גאלערעטע".
און ער האט באשטעלט ביינער און אוועק געשטעלט דעם טאפ צו קאכען און עס קאכט און קאכט און עס ווערט נישט געדיכט כדי עס זאל פארגליווערט ווערן, און דאס איז דאך א בראך ל"ע.
על כן כדי צו העלפען א איד קום איך מיט א קריאה דחופה ווער עס ווייסט וואס מען קען אריינלייגען כדי עס זאל זיך גליווערען??
ומי שיודע עצה נא להודיענו תיכף ומיד ויתברך ממעון הברכות בברכת חג כשר ושמח וכל טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 03:29 |
|
| |
די אשת חיל מיינע לייגט אריין CLEAR JELLO אין איך האב א ריכטיגן עונג שבת..
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 00:41 |
|
| |
טאמער סאיז לכבד א פלעינעם שבת, איז שבעת ריגל , טאמער סאיז א ספעצעלן שבת איז שבת שבעה שבועות , 777 בלע"ז, כנגד שלש שבועות, לכה"פ זיבן אנצס לקווארט זיפ
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 00:32 |
|
| |
עצות איז דא גענוג,
דו האסט נאך זיפ ?
תוקן על ידי - knowit_all - 21/10/2005 0:33:59
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2005 00:25 |
|
| |
פרוביר אריין צו גיסן א ביסל פארגליווערטע פיש זאפט. פארגעס נישט אויך אריין צו גיסן דשזאני וואלקער, אדער שיבעת ריגעל אלץ הפסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 22:16 |
|
| |
AATOZ
סאיז א שטארקע היכי תמצי
ווי קען מען טרעפן כשרע ג'עלאטין? (נישט פון פיש)
דער ווייל איז עס נאך א ביצה שלא נולדה.
לגבי דעם שורש פון דעם ווארט, איך מיין אז פארדעהם האט מען אין ראפשיץ אין אין דינוב געזאגט גאלערעטע דייקא, להוציא מלבם פון די משכילים אז מען נוצט ח"ו א גויאיש ווארט פאר די הייליגע שבתדיקע מאכלים.
ביי אונז אין אונגארן האט מען נישט חושש געוועהן אויף דיע דאזיקע, מהאט גערוקט קרומפירן מיט טויאשעס אויף ראפאגאש עד לב השמים.
מיינע מארמארישע שכנים זענען אויך נישט מקפיד אויף מאמעליגע וכדומה, אבי גערימפלעט זאל זיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 21:10 |
|
| |
ר' באטשי !
א שיינעם דאנק, איך האב הנאה פון דיר די ביסט בקי בכל חדרי התורה והתורא. חילך לאורייתא !
מיינסטו אז מען קען אריינלייגען א פאר לעפעל gelatin?
און webster dictionery איז ער מפרש gelatin אזוי:
a transparent brittle protein formed by boiling the specially prepared skin, bones, and connective tissue of animals.
קומט אויס לויט דעם אז דאס ווארט "גאלע" מיינט באמת "גאלעטין". ודו"ק
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 21:02 |
|
| |
עס ווערט נישט פארגליווערט ביים קאכן, מען דארף עס לייגן אין פרידזשידער דאן ווערט דאס פארגליווערט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 21:00 |
|
| |
די ביינער דארף זיין מארך ביינער, לכתחילה פון די פוס פון די בהמה, (אדער עוף בשעת הדחק) און לאזן לאנג קאכען, א 6 7 שעה.
דאס איז די GELATIN פון די ביינער וואס מאכט עס גליווערן.
אויך קען מען נישט מיט א קב ביינער מאכען מ' סאה גאלע. לכה"פ מחצה על מחצה.
וע"ז נאמר
יאכלו ענווים וישבעו - אויב סוועט פארגליווערן
וישברו פראים צמאים - אויב ס'בלייבט ח"ו א משקה

|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2005 20:51 |
|
| |
אריינלייגן אביסל האניג?...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|