בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

Thats for youבאראפארקער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/10/2005 11:37 לינק ישיר 
Thats for youבאראפארקער

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1635216 Boro Parker After Reading This Post i must Agree With You that The Chusheva Yidden From Bovov are with Reb Ben Zion


תוקן על ידי - Mench - 24/10/2005 11:37:30



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2005 20:41 לינק ישיר 

דאס שטייט דארט:

קינדער טייערע,
חיים יונה מיין בכור און אלע מיינע קינדער.

איך שרייב צו אייך פין עולם האמת.
קודם וויל אייך אביסעל שילדערען ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן די הכנות צו די לוי', און די לוי' אליין, פין מיין זייט.

תיכף נאך יציאת נשמה, האבען מיך די מלאכי חבלה מורא'דיג געפייניגט, איך ווייס נישט פארוואס, אבער זיי האבען מיך נישט נאך געלאזט, עפעס האבען זיי געהאלטען אין איין שרייען, די קינדער, די קינדער, איך האב געמיינט אז זיי רעדען וועגען די נגעי בני אדם ווי עס שטייט אין די ספרים. האב איך איינגענומען די יסורים.

שפעטער אזוי ווי מען האט מיך אנגעהויבען פירען צו די לוי', און מען איז אנגעקומען די בנין פין בית יעקב, האבען די חברה מיך אביסען נאך געלאזט, אבער אזוי ווי די מיין טייערע חיים יונה'לע, האט אנגעהויבען רעדען, האבען זיי מיך אנגעהויבען צאפען דאס בלוט, און שמייסען, די יסורים זענען אסאך ערגער ווי די ערגסטע יסורים וואס איך האב מיטגעמאכט אין מיין לעבען.

עס זעהט אויס, אז מיט דיין מחלל יו"ט זיין, רעדען ביי די לוי', האסטו מיין נפש אויך קליא געמאכט, ווייל איך האב די נישט מחנך געווען גענוג צו פרעגען די ריכטיגע פוסקים וואס צו טוהן. (אגב, וועמען האסטו געפרעגט? יענער מוז זיין אן גאר שטארקע עם הארץ).

שפעטער, ווען מען האט אנגעהויבען זאגען קדיש, איז אנשטאט פאר דעם, אז מיין נשמה זאל אנהייבען האבען אביסעל מנוחה, איז נאך ערגער געווארען, זיי האבען אנגעהויבען שלאגען נאך אסאך ערגער ווי פריער, און זיי האבען אויך געטריבען גאר שטארקע ליצנות, אז דער קדיש גייט דירעקט פאר זיי, ווייל עס איז קעגען די הלכה און מנהג אנהייבען זאגען קדיש אין דעם זמן.

טייערע חיים יונה, פארוואס האסטו דאס צוגעלאזט? האסט דען נישט רחמנות אויף דיין אייגענעם טאטען?


ווען די ארון האט זיך אנגעהויבען ריקען, האבען זיך די יסורים און צרות פארערגערט, נישט נאר וואס זיי האבען געשלאגען, האב איך געהערט קולות וברקים פין פארשידענע עלעמענטען, זיי האבען מיט געברענגט אהן א שיעור נגעי בני אדם און מלאכי חבלה פין זייערע אייגענע, און זיי האבען זיך צוזאם געפארט מיט מיינע, און צוזאמען האבען זיי מיך געפייניגט אהן קיין רחמנות, אוי וויי, עס טוט מיר אזוי וויי.

שפעטער ווען זיי זענען אהנגעקומען צו די קארנער פין באבאווער ביהמ"ד, האבען די צעקות און לויזע ווערטער זיך פארערגערט, און צוזאמען מיט דעם די יסורים, און ווען צוויי אידישע בחורים האבען מחלל יו"ט געווען, און איינער פין די לויזע חברה האבען זיך אויף געשטעלט אויף די קאר, האבען זיי אנגעהויבען לאכען און טרייבען ליצנות פין מיר, זיי האבען געשריגען, די האסט אלעס אליין אנגעמאכט, ווייל די האסט געזאגט מען זאל דיך אדורך פירען, און האסט אליין געדארפט פארשטיין אז דיינע קינדער וועלען טוהן זאכען שלא כדין. דא האבען זיי צוברעקעלט מין גוף און אריין געשניטען לעבעדיגע שטיקער.

אוי וויי חיים יונה, ווי אזוי האסטו נאך אמאהל געמאכט דעם זעלבען טעות, פארוואס האסטו נאך אמאהל גערעדט? די ווייסט וואס זיי האבען געטוהן מיט דיינע ווערטער דאס צווייטע מאל? ווען די האסט געזאגט אז איך האב מחנך געווען טויזענטער תלמידים און אריין געבאקען אין זיי תורה ויראת שמים, האבען זיי אלע געלאכט מיט א קול גדול, חיים יונה האסט נישט געהערט דאס געלעכטער??
ווייסטו דען נישט פין ספרים וואס געשעהט ווען מען זאגט שקר ביי א לוי'? און פארוואס קענסט די נישט רעכענען? איז אזוי שווער צו רעכענען אז 25 מאל 25 איז 625, נישט טויזענטער? ווי איז דיין שכל? און חיים יונה, ווייסטו נישט אז איך האב נישט אריין געבאקען קיין תורה ויראת שמים? איך בין געפאפען אין קלאס און פארברענגט די צייט, און געווארט אז עס זאל שוין ווערען סוף טאג, איך פלעג גיין אין ביהכ"ס פאר לענגערע צייטען, וואס איז מיט דיר? פארוואס האסטו אין די ווערטער וואס די האסט שוין יא געזאגט באיסור, געזאגט אזלעכע געמיינע שקרים?


טייערע קינדער
ווייסט עטץ אז איעדעס מאל עטץ רעדסט לשון הרע און רכילות און שקרים אויף מענטשען וואס האבען מיר קיין שום שלעכטס געטוהן, נאר מקיים געווען און געטוהן חסד של אמת, איז מען מיר נאך א מאהל דן צו איך בין שולדיג! פארוואס טוהען ענק אזעלכע נארישקייטען און רעדען אזוי פיל לשון הרע און שקרים. יא קינדער, איך ווייס אז איך בין אביסעל שולדיג, ווייל איך פלעג מיט ענק אויך רעדען אזעלכע זאכען, אבער פארוואס קינדער טוהען ענק נישט קיין תשובה יעצט אז איך בין שוין נישט מיט ענק? פארוואס לערנען ענק נישט קיין משניות פאר מיין נשמה וואס מען האט דן געווען?


טייערע קינדער איך האף אז איר וועט האבען מער שכל און טוישען ענקער התנהגות, און אויפהערען רעדען אזעלכע מיאוסע רייד, אין בין צופרידען פין דעם פלאץ וואס מען האט מיך באגראבען, מער פין דעם איז מיר נישט געקומען, און וועט זיי וואלטען געוויסט מיינע אמתדיגע מעשים וואלט מען מיך געלייגט טאקע לעבען עקשטיין.

קינדער איך בעט ענק נאך איינמאל הערטס אויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2005 20:24 לינק ישיר 


וואס שטייט דארט?????

עס איז נישט סורות עס ארבייט נישט מיט שעי נעט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2005 11:54 לינק ישיר 

א גרויל און אן עקל, פוי!

אין סאטמאר האב איך דאס נאך קיינמאל נישט געזען.

בארא פארקער, גיי קלין אויס דיין אייגענע שמוץ וועש פאר דו קומסט דיך מישן אין אונזער מחלוקת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > Thats for youבאראפארקער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext