בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קען משיח קומען "היינט", און ווער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 20:50 לינק ישיר 
קען משיח קומען "היינט", און ווער?

פאר מיר גייען ווייטער מוז קלאר געשטעלט ווערן אז אחכה לו בכל יום שיבוא. יעדן טאג קוקן ערליכע אידן ארויס אויף דעם גרויסן טאג וואס משיח ווער רייטן אויפן אייזל, און וועט אונז ארויפטראגן אין הייליג לאנד.

דא וויל איך נאר אדורכשמועסן ווי עס איז מעגליך אזא זאך ווען דער חפץ חיים אין זיין הקדמה פונעם ספר (דאס איז נאך געווען פאר ער האט אנטייל גענומען אין די אגודה קאנווענשן...) אז עס איז נישט מעגליך מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון דא אין צייט וואס עס איז דא מחלוקת צווישן אידן, פאררופנדיג זיך אויפן פסוק ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עם קען נאר זיין ווען עס איז יחד שבטי ישראל.

אין א צייט וואס די גאנצע וועלט ווערט אויפגעשוידערט פון די קריגערייען וואס גייט פאר מיט אידן וואס וואלטן געדארפט פרעזענטירן די בעסטע פון כלל ישראל קומט ווידער ארויף די אלטע פראגע ווי קען ער קומען היינט צוטאגס?

א אנדערע פראגע, און דאס איז שוין געוואנדען צו אונזערע סאטמארע קאלעגע דא. ווער וועט זיין דער קומענדיגער מלך המשיח? קען ער זיין א צווייטער אויסער א סאטמארער? אדער מעג ער זיין איינער וואס האט אן אנדער קאליר אויפן פנים? לדוגמה א ספרד'ישער?

איינער וואס איז נישט קיין סאטמארער וועט אננמען סיי וועם עס וועט קלאר ווערן (דורך די עצות וואס זענען געגעבן געווארן פון חכמינו ז"ל) אבער פאר א סאטמארער איז שווער צו געפונען א איד וואס זאל זיין ערליך ביי אים אויב האלט ער אביסל אנדערש אין די שיטה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2005 07:39 לינק ישיר 

ביי דע וועי
דער רבי האט געזאגט אז משיח קאן קומען פרייטאג


איי??? ס'שטייט אז ער קומט נישט ערב שבת


נאר וואס דען אין די גמרא שטייט אסאך מאל ת'י'ק'ו'
ער גייט ענטפערן קשיות אין דעס איז איינע פון זיי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 23:16 לינק ישיר 

זאג מיר דעם אמת, ווי האסטו געזען אז איך "האק" על ה' ועל משיחו? אפילו אנאליזירער האט עס נאר באמערקט אויפן קעפל אבער נישט אויפן עצם דיון.

און קוק גוט, נאר די צווייטע פראגע איז געשטעלט צו סאטמאר, אבער די ערשטע געהערט צו אלע קרייזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 23:00 לינק ישיר 

פארמאך דיין שמוציג פיסקל,

און נעם זיך נישט האקן על ד' ועל משיחו.

אויב דו ווילסט ארויסבריינגען די שלעגריי אין סאטמאר קענסטו דאס ארויסבריינגען אויף א אנדער אופן. און נעם נישט משיח'ן אריין אינעם געשעפט, און מאך נישט קיין ליצנות פון עיקרי האמונה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 22:52 לינק ישיר 

הער אויף מיט די לצנות...

איך האב דאך גלייך געשריבן אז מיר זענען נאר דן ווי קען זיין אז ער זאל קומען היינט, ווען איבעראל אין יעדע קהילה און קרייז ביי אידן איז מען ביטערליך צושלאגן. אבער עס איז קלאר אז ווען ער וועט זיך באווייזן וועט מען האבן אלע פראגעס פארענטפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 22:42 לינק ישיר 

לדעתי האט די קעפל א שמעק פון א ספק אין ביאת המשיח
לכן וואלט מען עס געדארפט פאררעכטן אדער אראפנעמען

אגב;
די עצם דיון איז סתם לצנות, אין איז א היכי תמצא וואס
קעןגענוצט ווערן (מיט לייכטע שינוים) אויף כמעט יעדע קלאס

זד יהיר לץ שמו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 21:04 לינק ישיר 

בכלל זענען מיר שוין אינעם זמן פון בעתה, נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 21:03 לינק ישיר 

ווי האסטו געקענט ברענגען דעם פסוק

ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא

וואס די ... נוצן אלס ראיה צו דעם אויפבלי פון אגריקולטור אינעם הייליג לאנד זייט די ציונים האבן דאס איבערגענומען...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 20:59 לינק ישיר 

דא האסטו דעהם סדר הדברים

מגילה דף יז/ב
ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא

וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב ואשיבה שופטיך כבראשונה

וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו (יכלו)

וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק וכולל גירי הצדק עם הצדיקים שנאמר מפני שיבה תקום והדרת פני זקן וסמיך ליה וכי יגור אתכם גר

והיכן מתרוממת קרנם בירושלים שנאמר שאלו שלום ירושלם ישליו אוהביך

וכיון שנבנית ירושלים בא דוד

פארשטייט זיך אז דאס איז "בעתה" , אחישנה קען זיין בכל יום שיבוא אהן די אלע חשבונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קען משיח קומען "היינט", און ווער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext