| נשלח ב-31/10/2005 15:49 |
|
| |
עניני חינוך
אין אזא פלאץ ווי עס דרייען זיך ארום פילע אידן על ספסלי היידפארק איז זיכער א גוט מקום אוואו דורכצושמועסן עניני חינוך, צי עצה אדער הדרכה אדער סתם א גוטע נקודה וואס קען זיין לתועלת פונעם עולם.
ווי יעדע טאטע בין איך אינטערעסירט און שטענדיג גרייט צו הערן הדרכה וואס עס קען אלס בעסער מאכן אין די חינוך פון מיינע קינדער. אונזער דור איז בכלל געבענטשט געווארן מיט א אומגעהויערע שפע פון דרשות און קונטרסים וספרים אין דעם נושא. און כאטש וואס דאס קען מאכן אמאל א צומישעניש אין דעם גאנצן עסק אין חינוך, ווייל נישט יעדער וואס האט א גוט מויל אדער האט א געשליפן פעדער איז געאייגנט צו זאגן זיין דעת העני', און וויפיל מאל שרייבט דער אזוי, קומט דער וועלט באוויסטער רעדנער און מיט א געלעכטער מאכט ער דאס אוועק ווייל זיין מצומצם'דיגער מח האט אזוי באשלאסן. פארט איז גוט אז מען זאל הערן און זוכן וואס מען קען טאן אין אזא שווערע וועלט ווען די דרויסענדיגע גאס איז שטענדיג גרייט און זוכט איינצושלינגען אוזערע נשמה'לעך, מוזן מיר שטיין גרייט און אכטונג געבן וואס מיר טוען און אפילו וואס מיר רעדן און וויאזוי מיר רעדן, און ווי נישט ווי זענען די דרשות מער אויפטו ווי פארקערט.
נאך איידער איינער וועט פון דא וועלן זיך אויסלערנען א וועג אין חינוך, מוזן מיר קלאר שטעלן דעם ערשטן און וויכטיגסטן כלל אין חינוך: אין חינוך איז ווייניג מאל דא כללים. יעדער מענטש איז אן עולם מלא, און בפרט קינדער. ווי דער פסוק זאגט, על פי דרכו, יעדער האט זיך זיין אייגן גאנג וואס פאר אים וועט דאס זיין די בעסטע. מען קען הערן, זיך דורכשמועסן און זיך אפילו דינגען איבער געוויסע פונקטן, און דאס איז אלס להלכה, למעשה מוז מען נוצן דעם אייגן קעפל און דן זיין יעדעס קינד באזונדער ווי אים צו מחנך זיין.
אויך בעט איך אז דא זאל מען נישט מישן קיינע פאליטיק ווייל דאס וועט אוועקפירן דעם ציל פונעם אשכול וואס איז זיך צונויפרעדן אין חינוך און נישט איבער די בתי חינוך...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 04:37 |
|
| |
נו אשר על כן, איך האלט אויך אזוי, וואס דארף מען טאקע טוהן
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 04:23 |
|
| |
דאס אז איך ענטפער זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אז איך בין א מומחה דערין. און אויב מ'איז נישט מסכים זאל מען שרייבן..
א קינד איז א פרישער אויף דער וועלט און פונקט ווי דו האט ער אויך פילע פראגן וואס מיינט דאס און פארוואס דארף מען אזוי טוהן וכו' פארשטייט זיך אז נישט אויף אלעם דארף מען אים ענטפערן, און נישט יעדער איז בכלל מסוגל צו געבן א גוטע תשובה אויף יעדע שאלה, אבער רוב מאל איז דער ענטפער אז מען מוז נישט אלעס וויסן, און אז ער וועט שנעל ווערן אלט... גאר א שלעכטע תשובה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 04:08 |
|
| |
אדרבה ואדרבה
איך האב נאך א פראבלעם מיין אינגעל פירט זיך לעצטנס צו פרעגן אויף יעדע זאך פארוואס?
איך ווייסט נישט צו יאך זאל איהם ענפערן יעדע זאך, אדער אויסלערנען אז מ'דארף נישט אלעס פרעגן
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 03:48 |
|
| |
איך האב ארויפגעשטעלט דעם אשכול ווייל...
א) ווען איך שרייב עפעס אין דעם ענין (מיינס א באליבטער נושא) זאל איך עס האבן ווי צו לייגן...
ב) צו זען אויב וויפיל דא זענען אינטערעסירט דערין
מיר זעט אויס אז עס איז פיל מער אינטערעסאנטער לשון הרע ופוליטיק. קען מען דאך נישט גיין קעגן אזא ריזיגן רוב...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 18:59 |
|
| |
שאלות האבען מיר בשפע.
די שאלה איז צו עס איז דא דאהי מומחים מיט תשובות.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 06:25 |
|
| |
זיי מסביר
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 01:27 |
|
| |
איך האב פשוט נישט געוואלט פארלירן דעם אשכול פון די ערשטע PAGE
איך האב הנאה צו זעהן אז די אלע ילדים פון די יוצאי "היידפארק" זענן מחונכים כדת וכדין!
והא ראי' די עלטערן ווייסן אלעס זיי האבן נישט קיין שום קשיות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 21:44 |
|
| |
איך האב געוויסט אז בשעת דו האסט אריינגעשטעלט דעם ווארט "מאן" האסטו זיך אונטערגעשמייכלט און געווארט צו זען וואס וועט מען זאגן דערצו...
אבער איך בעט אז פון חינוך זאל מען נישט פארקריכן. דאס איז דער נושא פונעם אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 21:40 |
|
| |
מאן יימר אז רוב גולשים דא זענען מענער?
וואס ווייסטו?
מיין סברא זאגט אז רוב זענען פרויען, ווייל ווער פון די מענער האבן דען צייט צו זיצן אויף הייד-פארק, מ'האט דאך דשאבס, מ'דארף דאך ברענגען פרנסה,
איך האף נאר אז מיין מאן זיצט נישט א גאנצן טאג אויף הייד-פארק, אויב יא, גט איך מיך פון איהם!
"דוד בער! איך ווארן דיך!"
תוקן על ידי - קושקע - 02/11/2005 21:41:17
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 21:32 |
|
| |
לכאורה האט מען דא צוטאן מיט א זכר וואס רעדט בל' נקיבה... אבער נישט דאס איז דער נושא בכלל, און אדרבה פארוואס זאלן זיי נישט האבן קיין ווארט דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 17:28 |
|
| |
קודם כל, גלייב איך גאנץ ווייניג אז קושקע איז א נקבה, אין אויב יא, איז דאס זייער גוט, ווייל נישט אוועק צו מאכן די נשים, זיי ווייסן גאנץ אסאך מאל וואס זיי רעדן,
So keep it up
לגבי דיינע עצות לאז מיך עס איבער געבן פארן טאטן, אין איך וועל דיר ברענגן זיין תשובה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 16:37 |
|
| |
איך האב מורא אז איין טאג וועט פון באטשי ווערן נעיני...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:14 |
|
| |
קעטסקיל
ווער האט גערעט צו דיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:09 |
|
| |
מרס. קושקע שרייבט: איך רעד צו מיינע קינדער און אזוי הייס איך מיין מאן, אז ער זאל רעדן גאנצע ווערטער.
אל תרבה שיחה עם אשה עס איז נישט אויסגעהאלטען אז מען זאל זיך שרייבען מיט א פרוי!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:02 |
|
| |
איך וויל אויסשמועסן אן אנדערע חינוך נושא, און נישט דוקא וואס האט א שייכות צו אידישקייט נאר ענדערש צו פסיכילאגיע,
א פיצל קינד ווען ער הייבט אן צו רעדן, הייבט ער נישט אן גראד ארויסצוזאגן גאנצע ווערטער, למשל "פלייש", וועט ער זאגן "לייש", אדער "שלאפן", "לאפן",
יעצט איז די חקירה אזוי:
פארוואס זאגט נישט דאס קינד דאס גאנצע ווארט? איז עס ווייל ער הערט נישט גוט, און ווען איך זאג "פלייש", הערט ער "לייש", און דאס קינד זאגט פונקטליך וואס ער הערט, אדער אפשר הערט יא דאס קינד די גאנצע ווארט, נאר ער האט פשוט נישט די כשרונות עס ארויסצוזאגן במילאו, זאגט ער "לייש", אבער למעשה וויל ער זאגן "פלייש".
למאי נפק"מ? ווייל עלטערן האבן א נאטור צו רעדן צום קינד די זעלבע ווי אזוי דאס קינד רעדט, למשל, די מאמע זאגט: "משה'לע וויל עסן לייייייייש????", "לאה'לע גייט מאכן א לאָָאָאָאָאָאָאָָפִּי?????"
דאס איז א גרויסע טעות! ווייל דער אמת איז אז דאס קינד הערט "יא" דאס גאנצע ווארט, די עלטערן רעדן זיך איין אז דאס קינד פארשטייט אזוי בעסער ווייל אזוי רעדט דאס קינד, אבער למעשה ווערט דאס קינד צומישט, ולא עוד, מ'געוואוינט איין דאס קינד צו רעדן האלבע ווערטער,
איך רעד צו מיינע קינדער, און אזוי הייס איך מיין מאן, אז ער זאל רעדן גאנצע ווערטער,
מיינע קינדער ווען זיי זענען 2 יאר, רעדן זיי ווי ערוואקסענע, און מענטשען מיינען אז זיי זענען עילוים, אין ס'איז CUTE אויך.
תוקן על ידי - מקוה_איד - 03/11/2005 20:34:50
 |
|
|
|
|
|