| נשלח ב-4/11/2005 05:58 |
|
| |
היינטיגע יונגווארג
שפאציר איך מיר אריין אין א קליין בית המדרש'ל אין יענעם עק וויליאמסבורג, נישט פאר א מנחה-מעריב, ניטאמאל צי טרונקן א קאווע (כ'בין געווען פליישיג), נאר מיט א ריינע מחשבה נאכצוקוקען עפעס אין א ספר.
נו, הכלל, ספרים איז דאך דא גענוג, און וואס ברויך איך אנקומען פונקט צו דעם פארשטופטן בית המדרש אינעם אנדערן עק שטאט?
זייער פשוט. איך האב אין יענעם בית המדרש געזען א געוויסן ספר מיט בערך צען יאר צוריק, איך האב זייער הנאה געהאט פון יענעם ספר, און איך האב זיך פון דארט אפגעלערנט אפאר זאכען. לעצטנס האב איך זיך דערמאנט דערפון, האב איך געמאכט מיין וועג אנצוקומען צו יענעם זעלביגן בית המדרש מיטן כוונה אדורכצובליקן דעם ספר נאכאמאל, און זיך אויפרישן דעם זכרון.
איך גיי צי צום גרויסן שאנק, זוך אהער און אהין, די אלטע ספרים זענען שוין כמעט בטל ברוב דארט, זיי האבן זיך עפעס איינגעהאנדלט לעצטנס א גאנצע נייע ביבליאטעק. איך געב נישט אויף, און ענדליך... איך האב געפונען דעם ספר וואס איך זוך!
איך בלעטער אהער און בלעטער אהין, איך האב געדענקט אז דאס וואס איך זוך איז א קליין קונטרס'ל וואס איז אריינגעדרוקט ביים סוף פון איינע פון די חלקים פון יענעם ספר. אבער... הילד איננו!
איך זוך ביים ערשטן חלק, ביים צווייטן, ביים דריטן, און נאכאמאל ביים ערשטן, און אזוי ווייטער, אן ערפאלג!
דאן באמערק איך אז אויפן מפתח, דארט וואו עס שטייען אויסגערעכנט אלע ענינים פונעם ספר און אויף וועלכן בלאט מען קען זיי געפונען, איז אויסגעמעקט די לעצטע שורה...
נאכן געבן א טיפערן בליק, זעה איך טאקע אז ביים עק ספר איז ארויסגעריסן א גאנץ בויגן... יא! טאקע פונקט דאס וואס איך זוך, איז געשטאנען אין וועג פאר איינער פון די מתפללים אדער וואנדערער.
פרעג איך אייך:
דרייסיג אדער פערציג יאר איז די ספר געווען אין יענעם בית המדרש, ואין פוצה פה ומצפצף, עס האבן זיך דורכגעדרייט אין דעם שוהל'כל גאנץ כמעשה'דיגע ערליכע אידן, זיי האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג אנצוקאטשקן און אויסצורייסן בלעטער פון ספרים.
די היינטיגע יונגווארג... זיי פארשטייען בעסער!!! בושה תכסה פנינו!!!
איך האב זיך אזוי אויפגערעגט פון די מעשה, אז איך האב אפגעמאכט אז איך לייג עס ארויף דא פאר אלעמען צו ליינען.
וחמת המלך שככה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:10 |
|
| |
חוץ פון דעם קלאפט מען בכלל נישט צו מעריב
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 15:48 |
|
| |
עליכם ועל בניכם
פארוואס נאר מוצאי שבת קוקסטו נישט ארויס אינמיטן שמונה עשרה?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 08:20 |
|
| |
קלאפען אויף'ן הארץ ביי סלח לנו, נאר אין א טאג וואס מ'זאגט תחנון, איז א של"ה.
אגב, איך האב נאך קיינמאל נישט באמערקט אידען קלאפען ביי סלח לנו מוצ"ש, האט דאס עפעס מיט דעם? אדער אפשר לא ראינו אינו ראיה?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 06:03 |
|
| |
ביידע זענען מנהגי חב"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 05:09 |
|
| |
יא רייסן נישט רייסן, דאס האב איך זיכער נישט געמיינט אז מען זאל זיך דא רייסן...
צבי
אויב איך געדענק גוט, שטייט דארט אז אין חב"ד זאגט מען נאר איינמאל "רבונו של עולם אני שלך וחלומותי שלך" ווען די כהנים זינגען ביי "שלום" (אנדערש ווי די וועלט פירט זיך צו זאגען צוויי מאל, ביי וישמרך און ביי ויחנך, וואס ברויך א הסבר, פארוואס זאל מען זיך ברויכן מיטיב חלום זיין צוויי מאל א טאג? אויסער אויב איינער האט איינגעדרימעלט אינדערצווישן).
אויך שטייט דארט אז ביי "סלח לנו" קלאפט מען אויפן הארץ נאר אין א טאג וואס מען זאגט "תחנון".
זענען דאס טאקע מנהגי חב"ד?
יישר כח למפרע!
וכ"ק אדמו"ר מ'ליובאוויטש איידי דאתי לידן, וועלן מיר זיך דערקוויקן מיט דעם ווארימען ניגון "רחמנא דעני" מפי קדשו פון רבי'ן:
http://studentorgs.utexas.edu/cjso/rebbe5.au
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:54 |
|
| |
אלץ בחור פלעג איך אויך רייסען.
היינט אינטערסיערט מיר עס נישט. אבער ביג דיל. האט מען געריסען. סו וואט?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:45 |
|
| |
wassa
believe me i didn't mean you
unless דו ביסט אויך פון די רייסערס?
שמעתי על ר' מ.וו. מוויליאמסבורג אז ער האט ליב צו מעקן און רייסען פון ספרים וואס אים געפעלט נישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:41 |
|
| |
צבי
איך בין א קטן מוחין?
פארוואס באליידיגסט דו מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:31 |
|
| |
כ'זאל דיר עפעס נאכקוקען?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:23 |
|
| |
בענעדיקט
ס'פאראן מנהגי חב"ד אויך
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:15 |
|
| |
wassa
נישט נאר בחורים נאר בכלל קטני מוחין
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 02:50 |
|
| |
בענעדיקט. בחורים פלעגען עס אלע יאהרען רייסען, עלטערע פלעגען זיך אלעמאל סתם נישט קוקען דערין. ס'נישט קיין היינטיגע חידוש.
אגב, אז דו זוכסט דוקא יא זיינע מנהגים גלייב איך אז דו קענסט עס טרעפען אין איינער פון די חבדסקער וועבזייטלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 02:15 |
|
| |
וואסא-דיף
איך שרייב שליט"א ווייל ווען איך האב דאס אדורכגעטאן דעם ערשטן מאל איז דאס אמת געווען לכל הדיעות (הגם, שוין דאן פלעגן די 'קנאים' אנדערש אויסטייטשן די ראשי תיבות דערפון...).
און הגם שכבר היה לעולמים, אבער עס באדערט מיר פארוואס די היינטיגע זענען 'קלוגער' ווי זייערע פארגייער וואס האבן נישט איינגעזען פאר נויטיג דאס ארויסצורייסן, הגם אין יענע תקופה איז די חשש פון "אתי לאמשוכי אבתרייהו" בפשטות געווען שטארקער ווי היינט.
צבי
אין די נייע דרוק איז בכלל אריינגעדרוקט די מנהגים פון בית כ"ק אדמו"ר? (איך וויל פשוט איבערקוקען עטליכע אינטערסאנטע מנהגים וואס זענען מיר געפאלן).
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 02:08 |
|
| |
בענעדיקט
אין די נייע דרוק שוע"ר דעם שטייט נישט שליט"א בנוגע דעם רבי'ן,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 22:48 |
|
| |
מסתמא איז עס געווען די חב"ד'קע בחורים וואס דרייען זיך לעצטענס אין ווילי. און אוודאי די אנטי-משיחיסטן, וואס די "שליטא" איז זיי געשטאנען אין וועג.
די סאטמערע בחורים וואלטן קיינמאל אזא זאך נישט געטון זיי זענען אסאך איידעלער פון דעם, ביי זיי האט מען אזא זאך נאך נישט געהערט.
|
|
|
|
|