אה, אנטשולדיגט, איך בין זייער ווייניג דא אויפן אינטערנעט לעצטנס און איך האב נישט באמערקט מיין עוולה וואס איך האב געטוהן, ביז איינער האט מיר דאס געשיקט אין אימעיל.
איך וועל איבערשרייבן די גאנצע זאך:
א' שרייבט
נאט אייך פראגרעמס פאר פרי
ליבערשט וואלט איך א נאמען געגעבן דעם אשכול "איר האלט טאקע אז וועלט איז וועלט?" נאר עס מוז דאך זיין צום ענין...
איך מוטשע זיך שוין לאנג מיט א פראגרעם וואס עס קאסט אביסל געלט, און איך האב נאר די דעמאו דערפון, נעכטן רעד איך צו א איד דערוועגן, קוקט ער מיר אן ווי פון דער לבנה אראפ, וואס? די ווייסט נישט?
ניין! איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט. און יעצט כאטש איך ווייס עס פארשטיי איך נישט די לאגיק דערפון.
איך האב עס אויפראבירט, נישט אויף איינס נאר אויף אפאר פראגרעמס, קליינע אומבאקאנטע פראגרעמס, און איינס נאכן צווייטן..... אלעס געקרעעקט, עס האט אויפגעבראכן די קאוד פונעם פראגרעם און עס ארבעט אמחיה.
דא האט איר די סייט:
keygen.us
אדער:
http://www.andr.net/index.php
אפשר אידעלעך זענט איר מיר מסביר וואס דאס דארף צו מיינען, עס איז ליגעל? און זאגט מיר צו איך בין טאקע פון די לבנה אראפ, האט איר שוין אלע געוואוסט דערפון?
ב' שרייבט
ווי אזוי ארבעט דער חכמה?
אז איך טוה דאונלאודען א טרייעל ווערסיע פון א פראגראם, קעןער מיר דאס עפענען?
ג' שרייבט
איך ווייס פון די העקערס שוין יארן כמעט יעדע פראגראם האט ער ביי טרייעל אדער דעמא אדער גיט ער סיריאל נומבער וכדומה אדער קרעקט ער די פראגראם אליין אבער באמת איז דא פלעצער וואס די קענסט דאונלאודען פארטיגע פראגראמס אדער אפיס אדער אפילו ווינדאוס
וואס האסטו גימיינט אז צווישען טריליאנען וועב זייטלעך וועט נישט זיין אזא סערוויס
אבער די גייסט אויף דיין אייגענע אחריות ווייל ביי די וועב זייטלעך גייסטו אריין אין א קאר וואש פון חאזערייען
ד' שרייבט
...., איך מוז דיר ליידער מגלה זיין אז יא די ביסט פון די לבנה אראפגעפאלן.
אזוינע סייט'ס איז שוין דא היבש לאנג, און אזוי אויך פראגראם'ס וואס קרעקט פראגראם'ס.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1583224
און אנטשולדיגט טייערע מנהל פארן זיין אומפארזיכטיג, איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט צו ברענגען די גאנצע זאך
 |
|
|