בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א שבת אין מאנטריאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2005 11:43 לינק ישיר 
א שבת אין מאנטריאל

ארויפגייענדיג אויפן היימאן'ס באס קאמפאני זאגט דער דרייווער אז די ערשטע זעקס זיצן זענען פאר מענער, שוין מיר האבן גענומען די 10טע זיץ בערך, אין ווילי קומט ארויף דער יאנגמען היימאן און זאגט מיר קענען נישט זיצן דא, ווייל מענער זענען קודם, ס'האט זיך אנגעהויבן דארט א טענהריי אז מיר האבן גענומען א זיץ היבש נאך ווי דער דרייווער האט געזאגט, ס'האט גארנישט געהאלפן מ'האט אונז געהייסן אראפגיין פון באס ווייל די וויליאמסבורגער מענער זענען פאר די באראפארקער מענטשן, זיי האבן אונז געהייסן גיין אין די בעק ווי עס שוין נישט געווען קיין פלאץ, אבי גייטס אין די בעק ס'אינטרעסירט מיר נישט אדער גייטס אראפ פון די באס אדער גייטס זיצן אין די בעק, פרעגן מיר ווי אין די בעק? זאגט ער "איך ווייס נישט" גייטס, ווייל איך האב דא מענער און זיי דארפן זיצן, שוין מיר האבן ארויסגענומען די רענצלעך אונזערע פון אונטן, און מיר האבן זיך געטענהט אביסל הייתכן מ'זאגט עס נישט אויפן טלפון אז מ'זיצט עקסטער, און אז די ווייבער זיצן אויף איין זייט, זאגן זיי אז אונז האבן געדארפט פרעגן אליין, זאג איך עם מיסטער היימאן איר ווייסט דאך יא אז איך פלעג זיין א גוטע קאסטמער אייערע און ס'איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך, זאגט ער איך בין נישט גערעכט, זאג איך אייך ליינער "איך פלעג אמאל זייער אסאך פארן מיט היימאן און זייער אסאך מאל זענען געזעצן שיקסעס אפ-פראנט און איך גלייב אז היינט איז אויך אזוי אינמיטן וואך ווען עס איז נישט אזוי פיל.

ווארטענדיג אויפן גאס אין די ביטערע ניו יארקער קעלט ווייל מ'האט אונז אראפגעשיקט פון באס, זאג איך מיין ווייב אז אונז וועל מער שוין פארן מיט די טרעין, איך האב געקאלט מיסטער יאמאמיי זאל אונז קומען אויפ-פיקן פון די באס און מיר גייען אהיים, שוין ווארטענדיג קומט צו גיין דיר מיסטער היימאן און זאגט ער האט געמאכט פלאץ פאר אונז שוין מיר זעצן זיך אראפ און אויפגערעגטערהייט געב איך מיר א רוף אן דארט אז איך גיי באשרייבן דאס רשעות פון היימאן ענד קא. (און צוריק געקאלט מיסטער יאמאמיי זאל נישט קומען) פרעגט מיר איינער ווי? זאג איך מ'וועט שוין זעהן, באט איך וועל זיכער מאכן אז אונזער היימישע עולם וועט עס זעהן.

זיצענדיג אויפן באס.
פרעגט מיר איינער וואס איז דאס האָד פארק? פרעג איך עם וווואאאס? זאגט ער מיר נאכאמאל האָד פארק, פרעג איך עם ווי האט ער געהערט אזא ווארט? זאגט ער ר' דוד מייזעלס שליט"א (סאטמאר רב) פון מאנטריאל האט געזאגט מ'זאל עס נישט ליינען זאג איך עם אההההה דאס איז הייד פארק נישט האָד פארק זאגט ער יא, יא טאקע הייד פארק, פרעג איך עם נו, וואס האט ער גשימפט קעגן דעם? זאגט ער האט געזאגט מ'זאל עס נישט ליינען נאר דאס, ער זאגט מיר ער האט נישט געהאט קיין אנונג פון וואס מ'רעדט און ווי ער האט געהערט די דרשה האט ער זיך אינטרעסירט וואספארא סייט דאס איז און ער האט גראדע יא הנאה געהאט צו ליינען "חדשות אנש" איך האב גערעדט מיט עם כאילו איך ליין און שרייב אויך אמאל, געעוען דארט נאך איינער א זון פון הרב פישמאן זצ"ל און האט זיך אויך אביסל אינטרעסירט וועגן די שרייבער פון די יידישע הייד פארק.

פריטיג צונאכטס האב איך געדאווענט אין מונקאטש מ'האט מיר מכבד געווען מיט קבלת שבת, באט איך האב עס אפגעזאגט, איך האב מיר געשעמט אביסל, און אויך פון א שרייבער פון דא.

שבת צופרי האב איך געדאווענט אין סאטמאר, פשוט ווייל אין מונקאטש האט מען שוין געהאלטן היבש טיף אינמיטן דאווענען, אריינגייענדיג אין פאליש אין סאטמאר הער ווי איינער זאגט יא איך האב עס געזעהן אויף "חדשות אנש", ווי איך האב דאס געהערט בין איך געבליבן דארט דאווענען כדאי איך זאל קענען אניאגן די מנין, ווי איך האב אבער געמערקט אז מ'קוקט אויף מיר אזוי פארדעכטיגט בין איך ארויסגעגאנגען, און אזוי פארן ליינען קומט איינער צו צימיר געבן שלום עליכם און פרעגט אזוי זאגנדיג דער עולם אין פאליש שמועסט אז די ביזט דזשבוי? זאג איך עם יא, און ביים ליינען קוק איך אזוי אויף און פראביר זיך צו דערמאנען ווער דאס איז, איך געב א פרעג מיין פעטער דארט איז נישט ער וו.? זאגט מיין פעטער יא ער איז דער וואס האט ..... (וואטעווער), אהההה.

ביי ש"ס אין מונקאטש האט מען אויך אביסל געשמועסט וועגן אנש און היימישע קרעטשמע מיין אפיניען פאר היימישע קרעטשמע איז אז איך האב זייער הנאה פון די פורום, און אזוי האבן מיר געשמועסט על דא והא ביזן זיך געזעגענען פונעם עולם דארט.

איך האב נישט געוויסט אז אין מאנטריאל איז אויך אזוי לייענדיג הייד פארק אזש דער דארטיגער סאטמאר רב שליט"א האט געדארפט רעדן וועגן דעם.

אויפן וועג צוריק ביים טשעקן די פאספארטן ביי די אמעריקאנער גרעניץ האט מען אפגעשטעלט עפעס אן עלטערער איד מ'האט אויסגעטשעקט זיינע רענצלעך און מ'האט געטראפן ביים עם פארשידענע דאקומענטן מיט געלט וואס איז נישט געפאלן דעם אמעריקאנער קאסטום גארד אפיסער, איך האב עם פראבירט צו העלפן ווייל ענגליש האט ער נישט געקענט ער איז געווען א ישראלדיגער משולח סא איך האב עם איבערגעטייטשט וואס דער אפיסער זאגט אין ענגליש צו עברית און צום סוף האט מען עם געהייסן אראפ נעמען זיינע זאכן פון באס און עם נישט אריינגעלאזט קיין ניו יארק.

איט וואס נייס טו מיט א פיו פראמ יור קענעידיען פיפל..



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 01:25 לינק ישיר 

איך האלט נישט אז JEWBOY האט די קאליע געמאכט איינעם'ס ביזנעס.

איך גלייב אז אויב זיי היסען זיצען עקסטער, שעמען זיי זיך נישט מיט דעם, און עס איז באמת נישט קיין בושה, נאר א מנהג טוב ויפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 01:11 לינק ישיר 

כאטש איך האב מיטלייד מיט דזשובוי וועגן זיינע מיטלעבענישן אויף היימאנס באסעס, בין איך איינשטימנוג מיט יושנה אז קיינער זאל דאס נישט אויסנוצן צו באיקאטירן אדער שאדן מאכן פאר היימאן, צוליב צוויי סיבות:
1) מען טאר נישט טשעפענען א איד'ס פרנסה.
2) דער באס מיט אלע זיינע פראבלעמען איז נאך אלס בעסער ווי צו פארן מיט די גוי'אישע קאמפאניס, איך געדענק אז היימאן האט געהאט עטליכע יאר צוריק פראבלעמען, האבן זיך די קאנאדישע אידן היבש געמוטשעט.
3) איך פלעג אמאל זען אדווערטייזמענטס פון א אנדערע קאמפאני (איך געדענק נישט דעם נאמען) וואס פארט קיין קרית טאהש איז נאך יענער אין ביזנעס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 14:30 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 05:58 לינק ישיר 

דזשובוי, איטס עי פלעזשער צו ליינען דיינע מיטלעבענישען. .
דזשובוי, איך האב מיטלייד צו ליינען דיינע מיטלעבענישען. .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 05:34 לינק ישיר 


ג'ובאי, האסט אונזער אפעטיט אויפגערייצט מיט דעם באריכט. יעצט קומט זיך אונז שוין א לענגערע באריכט -- מיט בילדער (איך שטעל מיך פאר אז די האסט געהאקט אפאר) -- פון דיינע אוואנטורעס דאהי איבערן יו"ט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 04:51 לינק ישיר 


דזשובוי, איטס עי פלעזשער צו ליינען דיינע מיטלעבענישען. .

-----

יושנה,

דו האסט א פאינט, אבער אין הלכות לה"ר, איז פון די איינציגסטע עקזעמפשענס וואס דער חפץ חיים גיבט, טאקע דאס, ארויס צו העלפען א צווייטע, זאל וויסען זיך צו היטען פון געוויסע סוחר....

זעהט אויס א הלכה שטימט יא אמאל מיט פראקטישקייט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 19:15 לינק ישיר 

JEWBOY

אין כמוך

יעדע מעשה איז מלא טעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 18:10 לינק ישיר 

Dear Friends
Respectfuly I disagree with you
Althogh you are 100 percent right with this story
But this forum should NOT be used to
harm other business and also not to Advertise others
Its not nice and its not fair to post
bad things on any company or products

Yes, People do bad things sometimes
but posting it to thousands of people
is not the right way of dealing with it

I wonder if I had a bad experience with my Grocery
or a Restaurant or my local Cleaners or Car service
if I should post it here
?

Will you allow me to
?

Please, with my full respect to you
I only mean good for everyone

thank you for understanding my point

Correct me if I'm wrong



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 16:30 לינק ישיר 

Jewboy welcome back to NY

Next time ask for a car, I guess I can be of some sor tof help for U
com'n for U anything

I would say we have to BOYCOTT HEIMAN



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 15:06 לינק ישיר 

JEWBOY;

ביסט ריזיג!

און טענק יו פאר די קאמפלימענט!

דיין פריינט 'קרעמער' בשם היימישע קרעטשמע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 14:44 לינק ישיר 

I Vote for a boycott

ביז זיי וולען זיך אנטשאלדיגן

א פראגע צו אלע חברי אנ"ש ?

קענען מיר נישט פארשאפן א Car פאר אונזער גטרייער Jewboy כאטשיג איבערן א שבת ?
Jewboy
איך בין זיכער אויב די וואלסט זיך נישט געשעמט צו בעטען וואלטן מיר עס די פארשאפט !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 14:13 לינק ישיר 

דזשובוי, דער עולם האט ליב דיינע געשרייבעכץ. פארוואס שרייבסטו נישט מער אפטער?

אגב, וואס האלט דער עולם? זאל חדשות אנש דערקלערן א באיקאט קעגן היימאן, ביז ווילאנג זיי אנטשולדיגן זיך פאר דזשובוי און געבן אים צוריק דאס געלט פון יענע טריפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א שבת אין מאנטריאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext