בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געבטס מיר צו פארשטיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2005 02:41 לינק ישיר 
געבטס מיר צו פארשטיין

איך וויל פארשטיין א זאך און איך האף אז די חשוב'ע גולשים וועלן מיר קענען ארויסהעלפען:
איך בין אריין אין 'חדשות אנ"ש' היינט און איך האב געזעהן פארשידענע אשכולות מיט נייע תגובות. (מערסטע) טייל פון זיי זענען געוועהן וועגן כל מיני פאליטיק, טייל וועגן פארשידענע אנדערע ענינים און איין אשכול וועגן א 'שרעקליכע עקסידענט אין קר"י'.

אפשר וועט עס אויסזעהן כאילו איך וויל זיך מתחסד זיין אבער איך מיין עס גאר ערנסט: וויאזוי איז מעגליך פאר א יוד פון די רחמנים בני רחמנים, וואס זיינע עלטערן זענען געשטאנען אויף הר סיני, צו זעהן אזא ידיעה און באלד דערנאך גיין שרייבען כל מיני לשה"ר, רכילות און פאליטיק.

איך פארשטיי באמת נישט, ווען איר זעט אזא זאך רירט עס אייך נישט? עס געבט נישט עפעס א ציפ אין הארץ כאטש אויף אזויפיהל אז מען זאל זיך נישט קענען מתרכז זיין אין קיין פאליטישע שמוץ? די פאליטישע שמוץ פארלירט נישט עפעס פון איר חשיבות לעומת אזעלכע טראגעדיעס? די טאג טעגליכע ידיעות קענען דאך לעכערן א שטיין - זאל עס נישט טוהן אט דאס זעלבע צו אונז?

איך מיין נישט צו זאגען קיין מוסר, פארקערט איך זיך אן'עיצה וויאזוי צו פארהארטעווען מיין הארץ. מיר בארירען די זאכען עד דכדוכה של נפש אז עס פארגייט מיר דאס גאנצע אפעטיט צו שרייבען פאליטיק. ווען איך הער פון נאך א טראגעדיע נעם איך א תהילים און איך הייב אהן צו וויינען במובן הפשוט - בפרט אזא סארט טראגעדיע וואס תהילים קען נאך העלפען (זייט יו"ט זענען צוויי היימישע קינדער געווארען diagnosed מיטען מחלה הידועה ה"י).

דארף נישט אזוי צו זיין?

איך האב שוין געשריבען און איך וועל עס איבערשרייבען:
איך בין געוועהן שמח"ת אין מעמאריעל שפיטאל אין מענהעטען באזוכען א בחור וואס האט דארט געמוזט זיין איבער גאנץ סוכות ה"י. באלד מוצאי יו"ט האט זיין מאמע, וועלכע האט זיך געפונען מיט איהם, אנגערופען אין שטוב צו הערן ווי אזוי יו"ט איז אריבער.
ווען זי האט געהערט אז אין א געוויסען חסידות האט מען זיך ארום געשלאגען אויף גאר א מיאוס'ן אופן און עס זענען ממש געוועהן riots דארט, מיט גוים וכדו' ואכמ"ל, האט זי זיך אנגערופען,
"זאלען זיי אלע אהער קומען דא וועלן זיי זעהן וואס איז באמת וויכטיג!"

איז זי דען נישט גערעכט?

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 09/11/2005 19:53:27



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 22:34 לינק ישיר 

איך האב נאכגעקוקט דא דעם לשון הגמרא, אין מסכת שבת דף ל"ג

בעוון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות וחורי שונאי ישראל {בלשון סגי נהור} מתים, יתומים ואלמנות צועקין ואינן נענין שנאמר על כן על בחוריו לא ישמח ה' ואת יתומיו [ואת] (ו)אלמנותיו לא ירחם כי כלו חנף ומרע וכל פה דובר נבלה בכל זאת לא שב אפו ועוד ידו נטויה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 21:33 לינק ישיר 

דער אמת איז אז איך האב בכלל נישט גערעדט וועגן תיקון המעשים, איך האב נאר געשריבען וועגן נישט זיין גלייכגילטיג. איך האב גענוג געטוהן אין פאליטיק (הגם איך האב געווענליך געשריבען שיין - ס"ה קלאר ארויסגעברענגט מיין צד), און איך גלייב אז איך וועל נאך אמאל שרייבען וועגן פאליטיק.

וואס איך האב אבער יא געוואלט מעורר זיין איז אויף דעם שרייבען פאליטיק בנשימה אחת מיט ליינען וועגט טראגעדיעס. אז מען ליינט וועגן א טראגעדיע וואלט עס כאטש געדארפט מעורר זיין אז מען זאל לייגען יעדע זאך אינעם ריכטיגען פערספעקטיוו. מען זאל אריינטראכטען ווי וויכטיג איז באמת די גאנצע פאליטיק. ליינען פון צרות ישראל וואלט, צום מינדעסטען, געדארפט אפהאלטען א מענטש פון זינדיגען תוך כדי דיבור. וויאזוי קען מען זיין אזוי גלייכגילטיג צו יענעם'ס א צרה אז א רגע שפעטער זאל מען שוין פארגעסן דערוועגן און ווייטער ליגען אין שטותים?

אוודאי גייט קומען א צייט (צי א טאג שפעטער צי א פאר שעה שפעטער) וואס מען וועט פארגעסן דערפון - דערפאר איז דאך די באשאפען געווארען בריה פון שכחה, אז מען זאל קענען פארגעסן פון צרות - אבער אזוי שנעל? זע'מער דען נישט אלע ברידער? ווילאנג דער צרה קלאפט נישט אהן ביי מיר אין טיהר רח"ל האט עס גארנישט מיט מיר? ברויך מען נישט מיטצופילען מיט יענעם?

און לגבי וואס באראפארקער האט געשריבען וועגן יפשפש במעשיו (וואס איז נישט געוועהן דער ציהל פונעם אשכול), מיינט עס דען נישט אונז? האבען דען אונזער (יעדער יוד'ס) מעשים נישט קיין השפעה אויפען גאנצען וועלט?

מיט איין ערליך פסוק תהילים קען מען דאך ברענגען א ישועה פאר א יוד מיטען מחלה הידועה, א קינד פאר איינער וואס ווארט שוין 20 יאר, פרנסה פאר איינער וואס האט שווערע חובות וכדו'. יעדער יחיד איז בכח אויפצוטוהן אלעס.

טאמער איינער גלייבט נישט אין דעם מאכט ער אומצעליגע ברכות לבטלה יעדן טאג - אין די שמו"ע. אויב גלייבסטו נישט אז מיט דיינע מעשים קענסטו ברענגען ישועות צי וואס בעטסו וגאלנו גאולה שלימה? אויב ביזטו נישט בכח צו ברענגען רפואות פארוואס זאגסטו רפאנו ה' ונרפא? און אזוי אויך מיט ברכנו. מיט על הצדיקים. אפי' אויף משיח. יעדער יוד האט די פאטענציאנעל צו ברענגען משיח ווען ער בעט ולירושלים עירך און תקע בשופר גדול לחרותנו.

פארשטייט זיך אז דאס זעלבע איז אויך ביי איינער וואס האלט זיך צוריק פון אן עבירה. ער מאכט א רעש אין אלע עולמות ביז'ן כסא הכבוד. ווען א גולש האלט זיך אפ פון שרייבען לשה"ר ורכילות וכדו' רופט קוב"ה צוזאם די פמליא של מעלה און זאגט קוק ווי מיינס א בריה, א בשר ודם, איז זיך מתגבר אויפען יצה"ר און ער דינט מיר. און ווען כביכול ווערט בשמחה איז ער משפיע כל מיני ברכות וישועות אויף כלל ישראל - אלץ ווייל איינער האט זיך איינגעהאלטען פון דריקען דעם קנעפל שלח תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 20:10 לינק ישיר 

a-jew



קבל את האמת ממי שאומרו

אינטערסירט מיך נישט צו די ביסט בעסער אדער ערגער, מען דארף תיקון המעשים.

בפרט אז עס שטייט און מסכת שבת
בעוון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות, ובחורי וכן' מתים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 20:00 לינק ישיר 

עטס פאקריכט אלע פון די נושא.
די נושא איז אז מען דארף מפשפש זיין אין די מעשים
נישט קיין חילוק ווי
לב יודע מרת נפשו
יעדער איינער ווייסט גוט ווי ער האלט אין און וואס ער דארף זיך מתקן זיין

תוקן על ידי - אגודיסט - 09/11/2005 20:01:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 18:56 לינק ישיר 

A_Jew איז נישט אינגאנצן גערעכט

איך געדענקט נאך ווי נישט שיין ער פלעגט שרייבן

איהכ"נ יעדער וויל שרייבען נאר שיין אין איידעל
כמעט יעדער שרייבט אבער "נישט" אזוי,

מילא ווען די רוח כאפט איינעם אז פין היינט ויל ער שוין יא שרייבען נערמאל
מיז ער זיך נישט גלייך נעמען האקען אויף אנדערע מעגסט פארשטיין אז די וואס דער רוח האט דיר היינט געכאפט האסט נעכטן געשריבען ווי א צידרייטער מילא ווען די זענסט אנדערע שרייבן נאך אזוי,פארשטיי זיי

תוקן על ידי - שלום_משה - 09/11/2005 18:59:26

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 09/11/2005 19:56:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 17:19 לינק ישיר 

קבל את האמת ממי שאמרו, איך האלט אז "א זשיד" איז גערעכט און "בארא פארקער" איז אויך גערעכט. מ'דארף זיך מפשפש במעשים זיין נישט נאר אויף די לויזע קנעפלעך ביי היידפארק, נאר אין אנדערע זאכן אויך.
ליידער זענען דא אזויפיל מינים משונה'דיגע צרות ביי אונזערע ברידער אין אלע קרייזן. אז יעדער מעג זיך כאטש אביסל אונטערגארטלען.
איך רעד לעולם צו מיר אליין, איך קען אבער אויך באשטיין אז צו דער זעלבער צייט זאלן אנדערע דאס אויך הערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 16:38 לינק ישיר 

הוא הדבר אשר דיברתי, נאך זעהן אזוי פיל צרות ביי יודישע קינדער האסטו נאך דאס הארץ צו שרייבען אויף א צווייטע איד אז ער שרייבט ווי א דייטש?

שעם דיך

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 09/11/2005 19:55:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 03:11 לינק ישיר 

ווען האב איך געשריבען אז איינס האט צוטוהן מיטען צווייטען? איך האב נאר געפרעגט וויאזוי קען מען שרייבען פאליטיק א רגע נאך מען ליינט וועגן א טראגעדיע? רירט עס גארנישט אהן ביי אייך אין הארץ? (אויף דיר, באראפארקער, האב איך נישט קיין קשיות ווייל דו שרייבסט כסדר מיט אזא מאס אכזריות וואס וואלט געפאסט פאר 'דער שטירמער')

איך האב קיינמאל נישט געמאכט די חשבונות פארוואס און פארווען די טראגעדיעס קומען. ליין איבער מיינע ווערטער.

טרעקטער, וואס (און ווען) האב איך געשריבען קעגן אדמו"ר מבאבוב שליט"א (אפי' אויב דו מיינסט רב"צ, וואס האב איך אויף איהם געשריבען)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 02:54 לינק ישיר 

די האלטס טאקע אז צוליב ווייל אפאר גולשים שרייבען פאליטיק, איז יענער קראנק געווארען?

אפשר וועגען דיין שרייבען פין לעצטע וואך? פין דיין שרייבען די לעצטע חודש? פין דיין שרייבען די לעצטע יאר?

ווער מיינסטו די ביסט?



ווען די וואלסט געהאט די מינדעסטע אהבת ישראל, וואלסטו געזוכט מלמד זכות זיין אויף יודישע קינדער, און נישט געזוכט צו שרייבען כאילו די מחלות פין קינדער ל"ע האבען צו טוהן מיט אפאהר גולשים'ס התנהגות.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 09/11/2005 19:54:52



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 02:53 לינק ישיר 

איך האב יא געליינט דעם חלק פין דיינע שטותים וואס די האסט אויסגעלאזט. וויל איך דיר זאגין "קשוט עצמך" ליין נאכאמאל דיינע ווערטער אויף אדמו"ר מ'באבוב שליט"א און דערנאך גיב מוסר פאר א צווייטען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 02:44 לינק ישיר 

. איך ברענג נאר נאר וואס איז נוגע לעניננו:

מען זאגט נאך בשם אחד הצדיקים (כמדומני דער אפטער רב זי"ע) אז ווען ער וואלט געקענט וואלט ער מבטל געוועהן אלע תעניתים, חוץ פון יו"כ און ת"ב - ווייל יו"כ ווער דארף דען עסן און ת"ב ווער קען דען עסן.

דא פעלט

און יעצט די צווייטע האלב מימרא:
זייענדיג אין אמעריקא בין איך געגאנגען אין שפיטאל באזוכען און דערפרייען קראנקע קינדער און בחורים ה"י. שוין כמה פעמים וואס איך האב געהאט דער זכיה ארומצוגיין פאר 'מקימי' בראשות האברך החשוב ר' שמשון העסקעל נ"י.

זעהנדיג יונגע קינדערלעך און בחורים ליגען נעבעך מיטן שווערע מחלה ר"ל.
זעהנדיג טאטעס און מאמעס צובראכען כחרס הנשבר און הערן נישט אויף צו וויינען און איינרייסען הימלען אז זייער קינד זאל האבען א רפו"ש.
אז איבער שמח"ת זענען געוועהן 4 יונגע שעפעלעך אין 'מעמאריעל' שפיטאל אין מענהעטען (איין 4 יעריג קינד איז אריין אינמיטען יו"ט).
אז שטובער ווערן אינגאנצען איבערגעדרייט און פארכמארעט.
אז דער זמן שמחתינו ווערט נהפך ליגון ואנחה מיטן זארג פון העתיד לבוא (ווער רעדט נאך אז א יונג מיידעל מאנ"ש איז נעבעך אוועק אין יו"ט).
ווען איך דערמאן מיר דאס אלעס קומט מיר אויפען געדאנק

ווער קען דען רעדן

די 45-48 שטותים איז גארנישט אזוי וויכטיג קעגן די זאכען. דארט אין שפיטאל איז נישט דא קיין 45-48, קיין אהרן-זלמן לייב וכו' וכו'. דארט איז נאר דא איין פראגע לחיים אדער ח"ו.

ע"כ אז סיי עס פעלט נישט אויס צו שרייבען ווייל איך בין ב"ה אזוי צופרידען פון דעם מצב, און סיי עס לאזט זיך נישט שרייבען קיין שלעכטס (זאל עס זיין א זכות פאר די צאן קדשים) וועל איך דא בלייבען שטיין.

א גוט וואך און א גוט יאר, מען זאל האבען געפועל'ט אלעס גוטס.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 09/11/2005 19:54:09



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געבטס מיר צו פארשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext