בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לערנט'ס ענק אויס וויאזוי מ'מאכט געלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2005 23:49 לינק ישיר 
לערנט'ס ענק אויס וויאזוי מ'מאכט געלט!
מצורף קובץ

מקלאפט צאם אפאר ברעטער אין מ'פארקויפט עס פאר 23.8 מיליאן דאלער.

Sculpture sets contemporary auction record of 23.8 million dollars


Thu Nov 10,10:04 AM ET



A large-scale metal sculpture by American artist David Smith has become the most expensive work of contemporary art ever sold at auction, fetching 23.8 million dollars at Sotheby's in New York.

Five bidders competed for Smith's "Cubi XXVII" which was the starting lot at a Wednesday evening sale of 54 contemporary works that brought in 114.5 million dollars.

The 1965 sculpture was finally snapped up by Manhattan dealer Larry Gagosian at nearly twice its high estimate of 12 million dollars.

Experts attributed the record price to the fact that most of Smith's works are in museums or permanent collections and therefore make extremely rare auction appearances.

"This exceedingly rare work was the pinnacle of a four-decade career," said Tobias Meyer, Sotheby's worldwide head of contemporary art and the auctioneer for the evening.

The second best price of the evening was the 9.2 million dollars paid for "Jackie Frieze," one of two works in which Andy Warhol assembled portraits of Jackie Kennedy in a frieze format.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 23:58 לינק ישיר 

נא רבותי ווער וויל גיין אין ביזנעס מיט מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 23:59 לינק ישיר 

פליז שרייב עס אין יודיש פליז אזוי אז איך זאל אויך פארשטיין
אפילו בקיצור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 00:04 לינק ישיר 

בקיצור נמרץ אגודיסט, די צווי זאלען מיט די דאך וכדו' פארקויפט זיך פאר מיליאנען דאלארען "למבינים בלבד"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 04:50 לינק ישיר 

חברה, הערטס צו, סאיז גארנישט אזוי פשוט, מיינט נישט אז דאס איז סתם צאמגעקלאפטע שטיקלעך, סאיז סאך מער ווי דעם, ווער סהאט נאר אויגן צו זען, א מח צו פארשטיין און א נאז צו שמעקן וועט דערגרייכן די טיפע סודות וואס דא ליגט

אביסל קען מען יא מגלה זיין איז לייגטס גיט צו אן אויער

אז מבאטראכט דעם גאנצן געשטעל זעט מען בחוש ווי די גאנצע צאמשטעל סימבאלאזירט אונזער צייט און תקופה, די יארן צווישן 1900-2000, און די השפעה וואס די יארן האבן געהאט אויף מענטשהייט

די אונטערשטע צוויי פלאכע שטיקלעך איז די יסוד איתן, אויף דעם האלט זיך די גאנצע סענטשרי, איינס איז אבער קלענער ווי די צווייטע צו ווייזן אויף די מאגערע קיהען און אין די זעלבע צייט אויך אויף די פעטע קיהען, אז הגם סאיז די צייט ווען די וועלט איז געווארן מער פארגעשריטן האט זיך פארט ארויס געוויזן אז נישט אלעס איז לטובה

נאכדעם האבן מיר אן איבערגעדרייטע T וואס איז טאקע די ערשטע אות פון טעכנעלאגיע, סשטייט אבער נישט מיטן קאפ אויף ארויף און ספארמאגט אויך א שפאלט (קוקטס גיט לינקס) צו ווייזן אויפן שלעכטן השפעה פון טעכנעלאגיע ווי שוין פריער געשמועסט, סאיז אויך מרמז אויף איינס פאר די לעצטע אות פונעם ארטיסטס נאמען (smith)

ווער סקוקט גיט זעהט אויך אן H און אז מטוט זיך אן די פארגרעסערונג גלאז קען מען אויך טרעפן אן E וואס קומט צו זאגן אז דעיס איז THE סאטוטע פונעם ניינצן יאר הונדערט, נישט סתם עפעס א שמאטע, און אויך אז טעכנעלאגיע איז THE זאך וואס האט אונז געטוישט די וועג וויאזוי מענטשן לעבן אויף אייביג, בקיצור סאיז THE

אויף די רעכטע זייט קען מען זען א האלצערנע עלעקטריק פאול מיטן קאנטראל באקס ארויף געקלאפט פון אונטן, דאס קומט זאגן ווי וויכטיג עלעקטריק איז געווארן אין די תקופה, סהאקט זיך אבער אפ נאכן באקס צו ווייזן אויף די ירידה

אויף די לינקע זייט זעהן מיר א קינד וואס שטייט אויף א קאצקא צוקער, ער וויל אנטלויפן אבער ער קען נישט ווייל דעמאלטס וועט ער בלייבן אן א דאך איבער קאפ, דער קינד מיינט מען די מענטשן (יעדער איז דאך א קינד אין הארץ kid at heart) וואס ווערן צוגעקלעבט צו לוקסוס (טעכנעלאגיע) ווי א קליין קינד אויף אזוי ווייט אז אפילו ווען מוויל קען מען נישט אנטלויפן דערפון

די אויבערשטע שטיקל (חוץ וואס סווייזט אויפן דאך איבערן קאפ ווי שוין פריער געשמועסט) צייגט וויאזוי די מענטש איז צוגעבינדן צום עלעקטראנישען זייל, ספארבינדט אויך צווישן די רעכטע זייט און די לינקע זייט וואס דאס איז דער עבר און די עתיד, דער חלל אינדערמיט איז די הווה און אז מקוקט דורך זעט מען טאקע די הויכע בנינים פון מאנהעטן אבער ספעלט דארטן די צוויי שטארקע בנינים וואס האבן סימבאלאזירט טעכנאלאגיע

דאס איז בקיצור נמרץ, און אצינד פרעג כענק, איז דאס נישט ווערט 23 מיליאן טאללער טבין ותקילין?

גארנישט אזוי פשוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 05:38 לינק ישיר 

זיידי,
די מיינסט עס ערענסט אדער די זאגסט סתם שלש סעודות תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2005 07:22 לינק ישיר 

זיידעניו, נאך א מזל אז די האסט נישט די סארט געלטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 15:18 לינק ישיר 

איך בין געזעסן מיט אונזער אלעמענס ידיד מר. דזשובוי און צוזאמען געליינט זיידיאנטשי'ס פורים תורה, אזוי ליינענדיג האבן מיר ביידע אויסגעשאסן פאר געלעכטער אין די זעלבע רגע.

דזשובוי פרעגט מיר: וואו האסטו אויסגעשאסן? זאג איך אים: ביי די מאגערע און פעטע קיען.

וואו האסטו אויסגעשאסן? פרעג איך אים צוריק. "ביי די יסוד איתן"...

זיידי! גרעיט דזשאב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לערנט'ס ענק אויס וויאזוי מ'מאכט געלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext