היות סרוקן זיך אונטער די לאנגע ווינטערדיגע מוצ"ש זעמיר דא מייסד אן אשכול געווידמעט פאר די לאנגע מוצ"ש, דא וועט מען זיך צאמקומען און שמועסן וועגן פאסיגע ניגונים, זמירות מוצ"ש, עולם הנגינה, און סתם ענינים פאר די וואס גייען נישט צו אבות ובנים
א גיטע וואך!
נשלח ב-11/12/2005 04:49
א גיטע וואך!
אויף ישראלי גינזבערגס נייע טעיפ אז יבקע איז דא זייער א שיינע "המלאך" פון פינקי וועבער, פון די שענסטע ניגונים אויפן טעיפ
די וואך קומט פרשת וישלח און מפירט זיך אז אויב מפארט אוועק אויף א נסיעה זאגט מען מוצ"ש פארדעם סדר וישלח וואס האט צום סוף דעם קאפיטל שיר המעלות אשא עיני אל ההרים
אויף וישלח אליינס איז פארשטייט זיך נישט דא קיין ניגונים ווייל קיינער מאכט דאך נישט קיין ניגונים אויף סתם א פסוק חומש, על כל פנים אזוי האב כגעמיינט, ביז כהאב געהערט די וואך א שטיקל פון "לב טהור"ס נייע טעיפ (4) און זיי האבן דארט אויף א ניגון אויף די ווערטער "עם לבן גרתי"... דאס איז שוין א אלטע נושא אז סיי קאמפאזירער און סיי זינגערס זעצן אסאך מאל נישט גיט די ווערטער אזוי אז די ניגון גייט צומאל קעגן די פירוש המילות, אבער צו שיסן א ניגון אויף סתם ווערטער איז שוין א מדריגה ווייטער
אויף אשא עיני איז דא זייער א שינע ניגון פון דוד ווערדיגער אויף א אלטע טעיפ וואס הייסט טאקע "אשא עיני אל ההרים" און וואס איז אגב אן אויסערגעווענליכער שיינע טעיפ (א יונגער מרדכי זינגט דארט ידיד נפש און די גאנצע טעיפ ווערט באגלייט פון א ווערצבערגער יונגל וואס זינגט הערליך שיין) סאיז א שאד אז מען האט נאך עד היום נישט איבערגעמאכט די טעיפ אויף סי די
אזוי אויך איז דא א באקאנטע אשא עיני פון קארליבאך, שלשלת האט אויך א שיינע ניגון אויף דעם, ילד הפלא יהודה מעטוף אויף כמו שברך האט געהאט א ניגון אויף דעם, און צליל וזמר (3) האט גאנץ א שיינע ניגו אויף דעם (פאר ווער סהאט ליב זייער סטייל)
נאכדעם האבמיר די וערטער פון הנה לא ינום ולא יישן אויף וואס סדא קע"ה אסאך ניגונים, כוועל אויסרעכענען די פאר וואס כגעדענק, מרדכי האט געהאט צוויי ניגונים אויף דעם איינס א רואיגע אבער מאדערן אויף "הננו" און איינס א שענערע אויף "איך האב געווארט", פארשטייט זיך אז פון קארליבאך איז דא א ניגון אויף דעם, ר' משה גאלדמאן אויף אליך אזמרה האט געהאט א אויפגעכאפטע הארא ניגון אויף דעם, שלמה שמחה אויף אש (1) האט א שיינע ניגון אויף דעם, פיאמאנטע האבן א ניגון אויף דעם, ישי לפידות "קינדערלעך" האבן אויך א ניגון אויף דעם, און ערשט יעצט איז ארויס געקומען א נייע ניגון אויף דעם פון פינקי וועבער אויף שלמה כהןס נייע טעיפ
דאס איז וואס כגעדענק מער ווייניגער און יעצט לאמיר הערן פון די מומחים אויפן פארום וואס זיי האבן מוסיף צו זיין
נשלח ב-4/12/2005 12:52
שלום לך הרב זיידי יאנטשי,
הגם איך בין נישט קיין שרייבערין איך האב נישט קיין עקספיריענס אבער נאכן פאברענגען מיט דיר אזוי לאנג קען איך און איך מיז דיר זאגן ווי שיין דו ביזט מהנה די עולם מיט דיינע שיינע באשרייבונגען,
וויל איך דא אביסל צולייגן וכל המרבה הרי זה משובח.
מאכנדיג א זוך אין מיינע ארכיוון האט זיך מיר אנטפלעקט די פאלגנדע ניגונים,
**ויתן לך**
המיטב של חזנות 2002 איז דא זייער א שיינע ויתן לך פאר די וואס פארשטייען.
**ואמר ביום ההוא**
בעלזא האט זייער א שיינע ניגון עס איז אין די אלבום "ותמלוך עלינו"
**המלאך הגואל**
תולדות אברהם יצחק האט א שיינע המלאך הגואל אויף וחסידים ברנה יגילו
די וואך פרשת תולדות איז דאך מעניני דיומא דער סדר "ויתן לך" וואס מפירט זיך צו זאגן יעדן מוצש"ק, אין ויתן לך איז דא אסאך פסוקים וואס האבן שיינע ניגונים, כוועל שנעל דורכגיין די ניגונים וואס כקען וכל המוסיף מוסיפין לו...
*ויתן לך*
צום אלעם ערשטן האב מיר טאקע די ניגון "ויתן לך" וואס האט כמעט נישט קיין באקאנטע ניגון חוץ פון מיכאל שטרייכער (Thank You) וואס האט אויף דעם זייער א שיינע ניגון און אפילו אביסל חסידיש
*המלאך הגואל*
נאכדעם איז דא "המלאך הגואל" וואס כמיין מהאט שוין געמאכט אויף דעם לכה"פ 20 ניגונים, די מערסטע באקאנט איז פון אברהם (עבי) ראטענבערג (אריגינעל אויף דביקות 4) וואס איז בשעתו געווען אויפגעכאפט אין די גאנצע וועלט און סהאט אפילו געהאט א גירסה אין אידיש דורך ר' יוסף משה כהנא אויף לחיים אידן
ר' משה גאלדמאן האט א הערליכע המלאך אויף יברך את הנערים (מתיקות) וואס מהאט גענוצט פארן שפיל המלאך הגואל, אויף יוסי גילס ועינינו תראינה איז דא א שיינע המלאך געזינגען דורך חזן העלפגאט, עמית ליסטוואנד (מלכים) האט אויך געהאט זייער א שיינע המלאך, אנדערע זענען משה אילאוויטש (ויעזור), אברומי פלאם (אזכרה), שלומי דאקס (One Day at A Time), ברוך אבוד (נצור), און נאך
*כי בשמחה תצאו*
די וועלטליכע כי בשמחה איז זייער א שיינע ניגון און ווערט געזינגען איבעראל, כווייס נישט פונקטליך די מקור פונעם ניגון ווער סווייסט זאל ביטע מיטטיילן
*הנה ק-ל ישועתי*
האבמיר שוין אביסל דורכגעשמועסט דא אין דעם אשכול אין די פריערדיגע תגובות וכל המוסיף מוסיפין לו...
*ושאבתם מים בששון*
סדא די וועלטליכע ושאבתם מים בששון וואס איז שוין אויך זייער אלט און כווייס נישט די מקור דערפון, סדא א גערע ושאבתם מים מקען עס הערן אויף דוד ווערדיגערס ניגוני גור מלוה מלכה טעיפ, סדא א שיינע ושאבתם מים מארש פון דזשיקוב, אייזיק האניג האט געהאט א רואיגע ושאבתם מים פון ר' משה גאלדמאן אויף זיין ערשטע טעיפ (שמח), אזוי אויך האט אברהם פריד א שיינע שטייטע שנעלע ניגון אויף זיין מלוה מלכה טעיפ, און מרדכי אויף זיין אויבנדערמאנטע הנה ק-ל ישועתי ניגון זינגט אויך ושאבתם מים, סאויך דא א ושאבתם מים פון שלמה קארליבאך, און אז איינער וויל הערן זיסע תולדות אהרן יונגלעך זאגן ושאבתם מים בששון איז כדאי אויסצוהערן די תולדות אהרן שמחת בית השואבה טעיפ (וואס איז סתם אזוי א אויסערגעווענליכע לעבעדיגע חסידישע טעיפ)
*ואמר ביום ההוא*
די סאטמארע ואמר ביום ההוא איז א הערליכער שיינע ניגון קאמפאזירט דורך ר' יהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, סאיז שוין היינט אויפגעכאפט איבעראל און געווען איינע פון די היט ניגונים ביי די גרויסע סטרולאוויטש חתונה, ספעציעל שיין איז די חסידישע שטיקל פון "זה ד' קוינו לו", מזאגט אז כ"ק מסאטמאר שליט"א האט ספעציעל ליב געהאט די ניגון און פלעגט כסדר הייסן זינגן דעם ניגון
*יהי ה' אלקינו עמנו*
אויף מתיקות 3 האט אויפגעבליצט די הערליכע ניגון אויף די ווערטער, "אליו" פון פינקי וועבער, סאיז באמת זייער א שיינע חסידישע ניגון, חיים באנעט האט אויך א לעבעדיגע חסידישע ניגון אויף דעם (שלומי דאסקאל זינגט עס אויף זיין ערשטע טעיפ), סאויך דא א מער מאדערנע אבער שיינע ניגון אויף דעם פון אלי גערסטנער (די חברה 2)
*ואתם הדבקים*
אינטערעסאנט אז סאיז נישט דא קיין סך ניגונים אויף דעם, די איינציגסטע וואס כגעדענק איז פון יוסי גרין (ליסטיג לעבעדיג)
*כי נחם ד' ציון*
די מערסטע באקאנט איז גאנץ זיכער פון ר' משה גאלדמאן (על הר גבוה) וואס איז זייער א שיינע און אויפגעכאפטע ניגון, נאכדעם איז דא פון ר' חיים באנעט (אז נדברו), און אסאך וועלטליכע ווי צליל וזמר 4, שלשלת 1, מנחם פיליפ (שומר ישראל), און נאך
*וראה בנים*
די מערסטע באקאנט איז אוודאי די וראה בנים מיט וואס מראטעוועט יעדן בר מצוה בחורל ביים פשעטיל, א אלטע ניגון וואס כווייס אויך נישט די מקור דערפון, נאכדעם איז דא פון ויזניץ (המלך), און נאך אפאר וואס כקען מיך נישט דערמאנען (אויף דער עלטער..), מער מאדערנע איז דא פון יוסי גרין (ליסטיג לעבעדיג) אבער סאיז נישט באמת ראוי לעלות על שלחן מלכים, בפרט מוצאי שבת
כבין זיכער אז סאיז דא סאך מער און כבעט טאקע די חשובע חברי הפארום זאלן צולייגן וואס כהאב אויסגעלאזט
נשלח ב-27/11/2005 02:47
א גיטע וואך!
מרדכי האט געהאט א שיינע מוצ"ש שטיקל אויפן טעיפ just one shabbos כהער עס יעצט און סאיז מלא טעם, ער הייבט אן מיט המבדיל, איז ממשיך מיט במוצאי יום גילה, און ענדיגט מיט א גיטע וואך