לגבי פארוואס די מנחת אלעזר האט גערעדט צו די טעלעוויזיע (וואס ווי באקאנט האט מען דעמאלסט אין אמעריקא מיטגעהאלטען לייוו) האב איך אמאהל געהערט אז די מנחת אלעזר האט בכלל נישט געוויסט פון וואס ס'רעדט זיך מ'האט אים נאר געזאגט אז די אמעריקאנער יודען הערען יעצט די חתונה האט ער געזאגט אז ער האט עפעס זיי צו זאגען.
מ'פארציילט אז שפעטער ערשט האט ער געכאפט אז ס'איז געווען ווידיא האט ער גאהאט גרויס צער, האט די בדחן דערציילט ביי די מצוה טאנץ אז איינער הטא געטרויטען אויף זיין פוס ביי די חופה און ער וויל עם צוריקגעבען אבער ווייסט נישט וועם, יעצט אז ער קענען איבער קוקען די ווידיא וועט ער וויסען ווער ס'איז...
און דער מנחת אלעזר האט זיך צושמייכעלט...
(כך שמעתי)
אבער מען קעו נישט זען די ווידאוי
ווייסט איינער פארוואס???
וועגען שעי נעט????
אדער די סייט????
נשלח ב-14/11/2005 20:15
חברה
נאר איך האב געזעהן די ספר "ראש שמחתי" פון די חתונה?
די ברכות זאגט (דאכט זיך) די קאמארנע רבי, די מנ"א שווער?
נשלח ב-14/11/2005 19:54
והייתם נקיים.
כ'האב יעצט גערעדט מיט אן עלטערן איד איבער דעם מאווי.
די מאווי איז אין מונקאטש. דער פאטאגראפירער איז געווען געדינגען דורך יוצאי מונקאטש אין אמעריקע. זיי האבן געוואלט האבן א לעבעדיגען גרוס פון זייער היימשטאט. ווען מ'האט געזאגט פארן מנחת אלעזר אז ער קען רעדן צו די אידען אין אמעריקע האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט זיי צו הייסען היטען שבת.
די אנדערע בילדער זענען אויך אין מונקאטש. ליידער האבן דעמאלטס געוואוינט אין מונקאטש -- ווי אויך אין קראלע און אסאך אנדערע שטעטלעך -- מער מחללי שבת ווי שומרי שבת.
נשלח ב-14/11/2005 18:58
וועגען שבת איז עס די מנחת אלעזר זי"ע
די ברכות איז לויט ווי איך האב אמאהל געהערט איז די זידיטשויבער פון פארן קריג
די ניגן פון "קדש ורחץ" איז זייער אן אלטע ניגון אין ראחמיסטריווקא זינגט מען דאס ביי איינע פון די הקפות שמחת תורה
(די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט פון "זיי" איז ווייל מ'הערט דאך אויך דעם באקאנטען וע"י זה יושפע)
סתם א שאלה ווער ווייסט ווער איז דער רבי וואס קומט ארויס פון שטוב אינמיטען די קליפ?
נשלח ב-14/11/2005 18:40
איז עס דער הייליקער מנחת אלעזר אדער דער הייליקער בעלזער רב וואס זאגט די מוסר וועגן שבת?
נשלח ב-14/11/2005 18:10
דאס איז נישט דער מקור פון דעם קליפ.
א איד אין בארא-פארק איז מוחזק מיט עס.
נשלח ב-14/11/2005 16:11
ווער איז דער וואס זאגט די ברכות ביי די חופה? איז דאס דער מנחת אלעזר זי"ע?