| נשלח ב-13/11/2005 09:28 |
|
| |
דער ארעסטאנט "דרייליך"
ווער עס ליינט "דער שטערן" וועט זעהן אין דעם חודש איז פארהאן א גאנץ לאנגע ארטיקעל וועגען א ארטאדאקסישע יוד וואס זיצט אין "גרינ-העווען" תפיסה שוין 26 יאהר אויף קלאגעס אז ער האט אימגעברענגט זיין ווייב מיט נאך איינעם,
לויט ווי דער שטערן לייגטס עס אראפ איז דער יוד גענצליך אאומשולדיג. אבער ווען מען איז מקיים דעם שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך הערט מען זינגען גאר אנדערע לידער,
דא וואלט איך געוואלט ליינען פון אייך טייערע גולשים, ווער עס ווייסט עפעס זאל ביטע פאוסטען. און אויך אויב ווייסט איינער ווער דער מונסי ראביי איז??
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 04:13 |
|
| |
http://yourmoralleader.blogspot.com/2004/07/kosher-meat-and-bodies-in-harlem-river.html
Kosher Meat and the bodies in the Harlem River
I heard about muders in the 1950s-1970s over the certifying of kosher meat. Soon after, the kosher meat industry moved out of New York and the reach of organized crime.
XXX writes: According to the NYTimes (Mar 11, 1979): ''Martin Paretzky, a 71-year-old diamond dealer, who has been missing since last Wednesday and was believed to be carrying up to $500,000 worth of precious stones when he disappeared.'' On March 12, 1979, the NYTimes reported: ''A 27-year-old gem dealer carrying as much as $250,000 in precious stones to a customer was reported to have disappeared on Friday, just two days after another New York City dealer was reported missing with up to $500,000 in diamonds.''
In the initial days after the kidnappings, the police did not link the two cases. However, on March 13, 1979, the NYTimes reported that Satya Narian Gupta's body was identified in the poconos where he was found dead bound and gagged in a sleeping bag along a road in Pennsylvania's Pocono Mountains. However, the police did find a link (NYTimes, April 6, 1979) between the murder of Miriam Drelich and the kidnapping of Martin Paretzky – Drelich's husband, Philip Drelich was a suspect in both cases.
Finally, on May 26, 1979, the NYTimes reported that ''the body of a man tentatively identified as Martin Paretzky, a 71-year-old diamond dealer who disappeared nearly four months ago when he was believed to have been carrying as much as $500,000 in diamonds, was found floating in the Hudson River yesterday afternoon, the police said… With the rising temperatures in the last month, a dozen bodies have been floating in the rivers flanking Manhattan.''
An autopsy conducted showed that Martin Paretzky was strangled. Still, no connection between the Paretzky and Gupta kidnappings (NYTimes May 27, 1979).
On May 19, 1980, a State Supreme Court in Brooklyn found Philip Drelich guilty of fatally stabbing his pregnant wife. The NYTimes (May 20, 1980) reported that Drelich was ''recently convicted of murdering an elderly diamond dealer in March 1979, was convicted yesterday of slaying his own wife one month later.''
Final note: the NYTimes (December 20, 1982) reported that Raymond Paretzky, son of Martin Paretzky, became the first student from the City University of New York to be named a recipient of a Rhodes Scholarship. Raymond spent two years studying at Oxford University in England.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 03:11 |
|
| |
Sorry for that
I meant thursday
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:58 |
|
| |
In our crowds we read the Torah on Thursday not Tuesday !
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 07:34 |
|
| |
,Since I read in the star the storie about dreilich
I have in mind every monday and tuesday in the small prayer "acheinu" after kriath hatorah
everybody should please do the same
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 01:24 |
|
| |
פארוואס האט טענדלער עדות געזאגט קעגן דרייליך???
דאס איז די KEY שאלה וואס עגבערט יעדען דא.
ס'אינטערעסאנט, איך בין אקעגן געקומען א איד פון א פרעמדע קרייז (פרעמד צו חסידים) וואס האט מיר געגעבן א ענטפער וואס ווארפט ליכט אויף די פארנעפעלטע מיסטעריע.
איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעילס, אבער דער איד האט קרעדענטשעלס צו רעדן איבער די קעיס. ווער ס'וויל קען גיין מאכן זיין אייגענע האומווארק.
אין קורצען:
א) דער דיימאנד סוחר וואס איז דערווארגן געווארן אין דרייליך'ס קאר האט געהייסן: פארעצקי. (כ'האב איז נישט געזעהן געשריבן, ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי מ'זאגט דאס ארויס)
ב) די פארעצקי פאמיליע האט געהאלטן אז וויבאלד די רציחה איז צושטאנד געקומען דורך דרייליך (זיין מיטינג, זיין קאר אאוו) דירעקט צו אומדירעקט איז ער שולדיג.
ג) דער נהרג פארעצקי האט געהאט א ברידער א פראפעסאר אין YU "בעסט באדי" מיט טענדלער (כלשונו פון מיין סאורס)וואס איז אויך דארט א פראפעסאר.
צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין.
ס'איז פארשטענדליך אז טענדלער וואס האט זיך אנגעהערט ביי זיין חבר, האט געהאלטן אן קיין צווייפל אז דרייליך איז שולדיג. אפי' אויב דרייליך האט זיך "נישט" מודה געווען.
ווער ס'קען מיר פעסטשעלן די פונקטליכע נאמען פון פארעצקי, ווי אויך אויב ער האט טאקע א ברודער א פראפעסער, וועל איך -און נאך גולשים- אים דאנקבאר זיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 00:55 |
|
| |
אני על משמרתי אעמודה,
אויב איז דער עסקנות צו באפרייען דרייליך, א פרידליכע אידישע קאמפיין, אהן קיינע חשבונות פון נקמה אקציעס קעגען "טענדלער", איז א יעדער ווארט וואס אטאקירט פערזענליך "טענלער" א טעות!
ס'טוט גארנישט מער ווי אוועק נעמען פוקוס פון דער אישו פון דרייליך, חוצמזה, וואס דער עסקנים שטעלען זיך דורך דעם אריין אין מצב, וואס טענדלער אין זיינע ידידים, וועלען זיכען זיכער מאכען אז "דרייליך" זאלען בלייבען זיצען לעולם ועד נצח!
ס'איז נישטא קיין שום תועלת פאר דער קאמפיין, דורך זאגען אז "טענדלער" איז א "רשע", מער ווי זאגען אז ער האט געמאכט א "טעות" וואס יעדע בן אדם קען מאכען, און אפילו א חשוב'ער רב אויך.
און חוצמזה, וועט לדעתי דער נוסח זיך פארקויפען אסאך לייכטער פאר גלייך טראכנדער מענטשען, (יא יא, איך האלט מיך גראדע פאר איינער אזוינס...), ווי דער נוסח אז "טענדלער" האט איהם אריין געשמירט אין חד גדיא, פשוט פאר זיין א פגע און נישט האבען א אנדערע וועג פון איהם פטור צו ווערען.
הכו"ח לתועלה הענין,
הק' דזשיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 23:57 |
|
| |
פון וואו נעמסטו אז איך קען נישט קיין ענגליש (איך קען גוט וכל מכירי יעידו)?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:48 |
|
| |
דערמאנסט מיר פון א ענגלישע טיטשער אין איינע פון די היימישע מוסדות (א חסידישע יונגערמאן, א איזרעלי) וואס איז נישט לאנג צוריק געגאנגען צו די אימיגרעשאן דעפט. אריבערצוגיין די הירינג פארן ווערן א סיטיזן.
ער קומט אריין אינעווייניג זאגט עם דער אפישל
Raise your right hand and repeat after me
דער יונגערמאן קוקט עם אהן און פארשטייט נישט קיין ווארט.
דער אפישל פראבירט א גרינגערן ענגליש
Put your hand in the air
דאס האט שוין דער יונגערמאן פארשטאנען, ער הייבט אויף זיין האנט און לייגט עס אויף די אויער (ear)
דער אפישל האט זיך איינגעהאלטן מיט כוחות נישט צו לאכן. דער יונגערמאן האט געזען אז ער האט געמאכט א גרויסן פאנטשער, און האט געוואלט אימפרעסן דעם אימיגרעשן אפישעל, רופט ער זיך אהן פאר עם:
Don't worry my english, I good english teacher
דער אפישל קוקט עם אהן אינגאנצן סורפרייזט. "ער" איז אן ענגליש טיטשער? דער יונגערמאן זעט עס און רופט זיך אהן:
I know you surprise, my mother when she hear i english teacher she smelled
ער האט געמיינט צו זאגן Smiled...
בעליוו איט אר נאט, דער יונגערמאן האט דורכגעמאכט די טעסט און איז בשטו"מ געווארן א סיטיזן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 22:20 |
|
| |
אהרוני, דו רעדסט צו מיר? איך בין אן ענגליש טיטשער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 21:38 |
|
| |
דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט
ס'דירקענט זיך אז דו קענסט נישט ציפיל ענגליש
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 21:16 |
|
| |
איך וויל נישט שרייבען בנוגע לעניננו ווייל איך קען נישט די פרטי המעשה, אבער בכלליות, לגבי די סטאטיסטיקס פון וויפיהל מענטשען זיצען 'אומשולדיגערהייט', איז כדאי להבין: באפרייט מיינט נישט אומשולדיג. עס קען זיין reasonable doubt, ד.מ. יש מקום צו זאגען אז דער מענטש איז אומשולדיג, און דערפאר באפרייט מען איינער אבער דאס מיינט נישט אז יענער איז טאקע אומשולדיג. עס קען זיין אז איינער פון די פראצעדורען זענען נישט ריכטיג געטוהן געווארען און דערפאר באפרייט מען יענעם. עס קען זיין אז מען האט צוריקגעהאלטען אינפארמאציע וואס וואלט געהאט א חלק אין יענעמ'ס פארטיידיגונג וכדו'. דאס אלעס מיינט נישט עמנו הייתם במקום פלוני און דער באשולדיגטער איז אומשולדיג. גאנץ ווייניג מענטשען זיצען טאקע אומשולדיגערהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 18:59 |
|
| |
אינגערמאן
וואס קען זיין מער "בלוט בלבול" ווי דאס אויב די מעשה איז געשען מיט דיין ווערסיע?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 17:57 |
|
| |
אין טעקסאס - די סטעיט ווי עס ווערט אויסגעפירט די מערסטע "קעפיטאל פאנישמענט", איז נעכטן אפיר געקומען באווייזן, אז א מאן וועם מען האט הינגעריכטעט מיט 12 יאר צוריק צוליב א מארד קלאגע. איז געווארן אומשולדיג געטויטעט.
דער הויפט עדות האט זיך מודה געווען "אז די פאליציי האט אים געדרוקט ער זאל עדות זאגן קעגן יענעם, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין שום באווייזן אויף יענעם, אויסער וואס יענער איז געווען א שכן קעגן איבער פון ווי דאס מארד איז פארגעקומען" ער האט עדות געזאגט נאר צוליב די פאליצייאישע דרוק, און ווייל ער האט פשוט מורא געהאט מען זאל זיך נישט צו אים נעמען, און לייגן אויף אים די פארדאכט.
נאך א לעבעדיגע משל ווי אומשולדיגע מענטשן ווערן כסדר פאר'משפט, אפילו אויף טויט אורטייל.
כל שכן דא ווען מ'רעדט פון א איד שומר תומ"צ, וואס מען איז מחוייב עפ"י הלכה דן צו זיין לכף זכות. און דער עדות קעגן אים איז א באוואוסטער פוסטער מענטש און אן עבריין.
|
|
|
|
|