ווייסט איינער פון א פראגראם וואס לערנט אויס צו קענען טייפן שנעל? נישט אז איך וויל שרייבן מער (איינער איז בכלל אינטערעסירט וואס איך האב צו זאגן?...) נאר ווען איך וויל יא זאל עס גיין געשמירט אן צעגערייען
נשלח ב-17/11/2005 07:14
וואסא_דיף האט א שטיקל פוינט (נקודה). איך האב זיך לכתחילה געלערנט נאר אידיש, אבער מיט די צייט קען איך טייפן ענגליש אויך ווי א פרא(פעסיאנעל).
נשלח ב-17/11/2005 04:28
13HOOPER,
איך האב געעפענט א PAGE אין WORD
אין אריינגעטייפט אלע אותיות
נשלח ב-16/11/2005 22:21
the hunt and peck system works just fine for me
נשלח ב-16/11/2005 22:11
אזוי איז געווען ביי מיר.
די גאנצע שיטה איז אויסצושטעלען די פינגערס אז יעדער פינגער זאל נאר קלאפ-ען אויף צוויי דריי קנעפלעך. ס'נעמט א צוויי דריי טעג צוצוגעוואוינען וועלכע אידישע אותיות געהערען פאר וועלכע ענגלישע קנעפעל און נאך דעם פאהרט עס. איך טייפ היינט פון א קעיבאורד וואס האט נאר ענגלישע קנעפלעך, די אידישע קען איך אויף אויסערווייניג.
נשלח ב-16/11/2005 22:03
MAVIS BEACON איז פיל בעסער און געשמאקער ווי די פריערדיגע, אבער נאר אויף ענגליש. פארוואס זאגסטו אז עס איז די זעלבע זאך, און אז אויב מען קען ענגליש איז זיך לערנען אידיש א קינדער שפיל?