|
|
| נשלח ב-17/11/2005 03:25 |
|
| |
נבוכרנצר
איינער האט דיר פארקויפט באבע מעשיות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 08:11 |
|
| |
יוחי,
די זאכן וואס דו שרייבסט דארפסטו שרייבן אין ריין אידיש... אין ענגליש וועלן זיין אזעלכע וואס קענען נוצן דיינע ווערטער אויפן נישט-ריכטיגן ארט ח"ו...
קענסט שרייבן "וויק", "פוד סטעמפס", "סימילאק", "סובורבענס" וכדו'
חכמים הזהרו בדבריכם!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 18:49 |
|
| |
טאביק,
א פשוטע שמעק 'עט דיר שוין נישט העלפען...
וואס מ'טאר נישט שרייבען אויף ענגליש, טאר מען נישט שרייבען אויף אידיש. וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 20:17 |
|
| |
שמעק
ווען עס וואלט געוועהן סתם א ליצנות וואלט איך נישט מגיב געוועהן אויף דיין טיפש'עסדיגע תגובה כאלו די FBI CIA קען זיך נישט בא'כלעפט'שען מיט אידיש.
shhhh to all snoopes the offical transilation of 'bachlepchen' is
" cope to"
שמעק, הערצו גוט: ווען דו רעדסט אויפען טעלעפון וועגען קעש [CASH בלע"ז]
זאג נישט "גרין'ס" (די FBI ווייסט אז דו מיינסט נישט גרינ'ס קאקאש קעיק),
זאג נישט (CABBAGE) ווייל די מאפיא האט שוין דעם ווארט.
זאג אפילו נישט "גמרא" ווייל די FBI ווייסט אז גמרא איז ראשי תיבות =ג'יבט מ'עות ר'בי א'נשיל [ראטשילד]
זאג פשוט MONEY
אדער א גאר א בעסערע עצה איז:
CHECK OUT די עשרת הדברות "לא תגנוב" !
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 20:24 |
|
| |
יוחי - צום פינטל.
שיע, כ'האב עס געהערט פון כאטש צוויי אגענטן וועלכע זענען שוין אין ביזנעם 15-20 יאהר.
הלואי זאל זיין באבע מעשיות און אידן זאלן ווייטער האבן פרנסה,
מ'דארף אבער קענען באצאהלן 10-20 אלפים א יאהר און האפן יעדן אוונט אז די באבע וועט נישט אויפשטיין דעם קומענדיגן מארגן און ווייטער דערציילן איהרע מעשיות... וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 18:48 |
|
| |
איך האב געהערט פון איינעם פון די גרויסע שישקעס אין נו יארק לייף, אז די אינוועסטיגעשאן איז געווען אזוי מסודר אז זיי האבען נישט געדארפט אפילו דאס רעדן פונעם עולם.
זיי האבען געהאט יעדער צעטל אויף יעדער פאליסי, אפילו פון 20 יאר צוריק.
יענער זאגט אז קיין אלטע מסודרדיגע אגענטן וועלן לכאורה נישט פליען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:39 |
|
| |
אפדעיט:
פיהל אגענטן זאגן זיך פרייוויליג אפ, נאכדעם וואס מען איז געווען געוואוינט יאהרן צו פארקויפן די סארט סחורה איז שוין נישט לייכט צו גיין פון מענטש צו מענטש און זיך בעטן צו קויפן א פאליסי..
מען האפט עס וועט נישט זיין קיין ארעסטן, עס זענען נישט דא דערווייל קיין ערנסטע פארדאכטן אויף אזוינע שריט מצד די קאמפאני
ווער עס ווייסט גענויער וויאזוי די געהיימניס איז ארויס אויף דער גאס - מען זאגט דורך שפאנישע - זאל מיטטיילן דעם עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:03 |
|
| |
איך בין טיילווייז מחולק מיט דיר יוחי, אמת אז די עף בי איי קען וויסן וואס עס מיינט "גרינס" וכדומה, איז פארט א חילוק פון קעש וכדומה. אויב האסטו געליינט זייערע פראבלעמען וועגן אראבישע דאלמעטשערס וואלסטו פארשטאנען וואס איך מיין.
חוץ מזה, קוק וויאזוי זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין דעם טייטש פון "מלמד", וועסט זען אז עס טרענסלעט זיך נישט אזוי גרינג.
אבער דאס איז אמת אז מען דארף זיין געווארנט וואס מען טוט און מען דארף געדענקען אז דינא דמלכותא דינא.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:11 |
|
| |
פייערמאן האט א טענה לשיטתם
איך זע דער איד האלט פונקט ווי איהם.
זיי האבען געשמועסט פון שווארצע, און געלייגט אלע מיני סטיריאוטיפען אבער האבען זיך דאס מתיר געווען ווייל "קיינער" פארשטייט נישט וואס בני חם מיינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:29 |
|
| |
kj
דער סקווירא חכמים האבען אויך געמיינט אזוי.
עד כדי כך, אז זיי האבען שוין פארשטאנען אז גרינ'ס טויג נישט, איז דו מעשה אריבער צו לאקשען, און פון דארט צו הדסים, אזוי אז חוץ פון דער ווייטאג וואס יעדער אידישע הארץ האט געפילט ביים אויס הערען די דרשות פון די פראסעקיוטער, האבען זיי אויך זוכה געוועהן זיך צו קענען אינטער שמייכלען פון דער גאונות זייערע...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 01:27 |
|
| |
האסט נישט פארשטאנען מיין כוונה.
ווען די חברה נעמען זיך אויף איינעמס ביינער זאל השי"ת אפהיטן, זיי קענען בעסער די מלאכה פון די קעי. זשי. בי. אין רוסלאנד, זיי וועלן יענעם צומאלן, גארנישט וועט נישט שטיין אין וועג.
איך מיין נאר צו זאגן אז ס'איז פארט א גרויסער חילוק ווען מען דארף אנקומען צו טרענסלעטארס. די פאקט איז אז טויזנטער טעיפס פון אראבישע געשפרעכן, וועלכע זענען רעקאדירט געווארן און זענען נויטיג פארן לאנדס סעקיוריטי האט מען נישט אויסגעהערט אלס מאנגל אין טרענסלעטארס.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 07:00 |
|
| |
kj
בעצם זאגסטו עפעס, לאמיך דיר נאר עפעס איבער זאגען, פונעם רשכבה"ג הלאיער ברוינפמאן שליט"א.
"די ביסט נישט קלוגער פון יענער חברה, דו ביסט פשוט שנעלער. געדענק אבער אז זיי האבען צייט, און סוכ"ס קומען זיי אהן...!"
ודו"ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 07:05 |
|
| |
די מעשה איז אמת, א קאמפאני איז חוקר ודורש די אידישע לייף פאליסיס, עס איז נישט די ערשטע. זיי האבען אויסגעליידיגט אן אפיס פין א היימישער אגענט אלע פיילס, (לויט א י"א האנדלעט זיך די עף בי איי)
די אויבערשטער זאל זיי צומאכען די אויגן אזוי ווי די גוים אין סדום.
אויף אזוי פיל, דארף מען דא ארויסברענגען, אז אפילו מען זאל ארויס קומען מיט אן החלטה אז די אגענט טוט אלעס "לעגאל" האט דער קאמפאני נישט ליב די סארט דרייעליך, און שיקט די אגענטען פייפען מיט תירוצים שונים. וכמעשה שהי'.
|
|
|
|
|