אפדעיט
דעם שבת האט מר ראזען געהאט א זכי' אז איך האב געטראפן א צעטל און עס געטראגן אום שבת קודש, וואס שטייט דארט אז א פריוואטע ארגאניזאציע וועט צאלן 10,000 טאלער און די פאליציי וועט צוצאלן 2,000 דאלער פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן איבער די שולדיגע אין זיין צוזעצטן קאפ.
און יעצט וועט מען זען ווער איז טאקע שולדיג אין די פארברעכן וואס זענען קעגן דעם אומשולדיגן איד באגאנגען געווארן...
*****
קוטשמע
איך האב נישט דן געווען אין די גרויסע מצוות וואס די קויפן זיך איין, וואס איך פארשטיי נישט ווי עס קען אפי' זיין אן נארמאלן מענטש און נאכדערצו דיינים ומורה הוראה וואס שטיצן דאס שרייען אין די גאסן אזעלכע נידריגע לשונות (איך וויל נישט דערמאנען ווערטער וואס איך האב געהערט פון א יונגער בחור פון גיל 14 בערך, וואס האט מיר געמאכט טראכטן אז מען וואלט געברויכט ארויסגעבן אן איסור זיך צו באטייליגן אין די שרייערייען, ווי מען קען הערן ניבול פה ממש) אבער דאס נעמט נישט אוועק דאס וואס מר גרינבוים רעדט זיך נעבעך איין אז ער מיט די בנים קויפן זיך איין שטיקער עולם הבא יעדן שבת.
גראף
זאל איך טוישן מיין ניק?
|
|