|
|
| נשלח ב-21/11/2005 05:50 |
|
| |
ס'איז דא אין בארא פארק א FOSTER AVE? וואו כאפט דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 06:17 |
|
| |
ס'כאפט גענוי ווי 47 סטריט כאפט מאקדאנאלד עוועניו.. פונט איבער דער ניינצענטער עוועניו.
פאר דער אוטו באנוצער, איז כדאי צו וויסען, אז 47 סטריט ציווישען 19 אין מאקדאנאלד, איז א צוויי וועגעדיגע גאס, אין 48 סטריט אין אפען ביז 19 ועד בכלל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 07:10 |
|
| |
דער גראף דרייווט נישט... ער האט א שאפפער. וויאזוי קומט מען אן אהין מיטן באס (הנקרא בוויליאמסבורג: בארא פארק באס, ובבארא פארק נקרא: וויליאמסבורג באס... נאך א חילוק צווישן ב"פ און וומ"ס)? מען גייט אראפ ביי פופציג און?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 19:45 |
|
| |
גראף,
וואס איז געבליבן מיט די תאוה?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 21:41 |
|
| |
מיך תאווה'ט שוין יארן צו לערנען זיך שפילן אויפ'ן פידל. כ'ווייס אבער אז ס'איז זייער שווער; האב איך לעצטנס זיך געבראכן און אנגעהויבן לערנען זיך שפילן אויף דער גיטארע ("אקוסטיק", ווי פארשטענדליך. די עלעקטאראנישע האט שוין בכלל נישט קיין שייכות צום פידל.)
איז אבער די מעשה אז איך וויל זיך אויך נישט לערנען אויף נאָטן. ס'איז לאנגווייליג, און, אין מיין פאל - פשוט איבעריג. איך זוך נישט צו קענען נאכשפילן פראפעסיאנאל פון נאטן ארויס; איך וויל שפילן סתם אזוי פאר זיך אליין, גלאט אזוי זיך אויסגעבן (צום ביישפיל: אפשפילן דעם וויזשניצן "השבת נועם הנשמות" כחצות הלילה אין איינער פון די ליכטיגע אלאסקע-נעכט; דעם ליובאוויטשן "ד' בבות" פארטאגס אין א טראפישן וואלד ערגעץ-וואו אין קעניע, אא"וו חלומות שווא מעין דוגמתם...)
תוקן על ידי - menchele - 07/06/2006 21:43:01
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 07:24 |
|
| |
לאמיר א ביסל צונעמען די נושא (איך בין א מיוזיק טיטשער שוין פאר 5 יאר)
זיך צו לערנען אויף עני אינסטרעמענט דארף מען קודם האבן 1) די אינסטרעמענט אויף וואס מען וויל זיך לערנען 2) א סאך נערווען 3) א סאך צייט 4) א חוש און א געפיל פאר מיוזיק
אויב מען האט א שטארקע רצון קען מען זיך אויסלערנען מיט אדער אן א טיטשער. די מעלה פון א טיטשער איז אז מען האט א שטיפ צו גיין ווייטער, אויך ווען מען לערנט זיך אויס אליינץ אן א טיטשער יאגט מען זיך און מען וויל אריין כאפן די גענצע וועלט אין איין טאג, משא"כ א טיטשער מאכט זיכער אז מען זאל נישט גיין ווייטער ביז מען קען נאכנישט די פריעדיגע.
ווי אזוי קען מען זיך אויסלערנען צו שפילן אליינץ אן א טיטשער? מען גייט אריבער צו א מיוזיק סטאר און מען קויפט א באק פאר ביגינערס, און מען ליינט עס א דורך שטייט מיט נערווען. עני שאלה וואס מען האט קען מען פרעגן דא אין הייד פארק, און איך בין זיכער אז מען וועט אייך קענען העלפן
אז מען וויל קען מען מיר פרעגן עני שאלה אין די נושא פון מיוזיק און מיין פורום "אבי מ'לעבט" און איך וועל זיך פרייען צו העלפן
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296
 |
|
|
|
|
|