בית פורומים באבוב

3 מיאוסע דורכפעלער די וואך פאר 48

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2005 14:51 לינק ישיר 
3 מיאוסע דורכפעלער די וואך פאר 48

די וואך האבן די אנשי 48 געכאפט דעם גרעסטן "פליק" זייערע זייט די פטירה.

דריי מאל האבן זיי פראבירט צוריק צוהאלטן אז מען זאל נישט אויסרופן "באבובער רבי" אויף כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל, מיינענדיג אז זיי פירן די וועלט און יעדער מיז זיי פאלגען, און 3 מאהל האט מען זיי געוויזן אז קיין איינער רעכנט זיך שוין נישט פין זיי מיט זייערע סטראשונגען, און יעדער רופט אויס ווי ער פארשטייט.


א) די טלפון בבית הגה"ק פוסק הדור הרב המפורסם ר' יחזקאל ראטה שליט"א האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען, אגאנצן טאג קלינגט עס און ווען מען הייבט אויף הערט מען קללות און שעלטעריי און סטראשעריי, די משפחה האט געמיינט אז מען האט צוטוהן מיט עפעס א מאפיע, האבן זיי ביים נעקסטן call מסביר געווען אז זיי האבן א טעות מיטן נאמבער, און ערשט דעמאלס האט זיך איינער פין די שעלטער'ס זיך גענומען מסביר זיין אז מען רעדט פין די בריוו וואס ר' יחזקאל האט געשיקט צו ר' יהושע רובין שליט"א און עם באטיטלט עם "באבובער רב" און ער שרייבט דארטן אז ער האט פארהערט די "באבובער בחורים" און אז זיי "האבן גיט געקענט" און ער וואונטשט עם אהן צו אויפבויען און ממשיך זיין די "באבובער שיינע קהילה", אזיין חוצפה!! נאר "אונז אנשי אב"צ זענען "באבוב" און די בחורים האבן זיכער "נישט" געקענט און וויאזוי האט ער די חוצפה וכו' וכו' וכו',

אויף צו מארגנס בשעת ר' יחזקאל געט זיין טעגליכע שיעור און כולל זיך אביסל פאר רעדט זאגנדיג "עפעס אפאהר ראצעס רופן כסדר אהן און זיי מיינען אז זיי וועלן מיך איינטיילן וויאזוי צו שאייבן טיטלען אויף רבנים און מיינע בריוו".

ב) די דינר פין כולל זיבנבערגן- רבי מאיר בעל הנס, הנהלת הכולל האט באשלאסן צו עפענען דעם יאהר א קרן פאר די דעעשער רבי זצ"ל די נשיא פון זייערע כולל און די קרן ווערט צוטיילט אויף 5 קרנות לע"נ זיינע קינדער, וואס 2 פין זיי זענען דער יאהר אוועק, די באבובער רבי ז"ל זיין איידעם, און זיין זוהן די דעעשער רבי ז"ל, און כדי אריינצוברענגען געלט אין די קאססע האבן זיי באשלאסן אראפצוברענגען אן ספעציעלע גרויסע פערזענדליכע וואס זיין באשיינונג אליינס זאל ציחען מענטשן צו זייערע דינער און אויכעט א גיטע רעדנער אז די עולם וועט הערן ווער צו גייט רעדן, זאלן עם קומען אויסהערן און זיך משתתף זיין ביים דינער און אזוי וועט אריין קומען שיינע סכומים אונם כולל'ס קאססע, און זיי האבן אויסגעוועלט די באבובער רבי שליט"א אן אייניקל פינם דעעשער רבי ז"ל וואס ער איז פאסיג צו די אויבן דערמאנטע מעלות, אז ער זאל באשיינען די דינר. אבער ווען די אנשי 48 האבן פין דעם געהערט האבן זיי אנגעהויבן צו רופן וועמען ס'האט נאר אן שייכות צו דעם כולל אז זיי זאלן צוריק צוען, זיי האבן גערופן די קראסנער רב שליט"א אז ער זאל נישט אהין גיין רעדן,זיי האבן געצאלט געלט פאר די צייטונגען אז זיי זאלן אויסמעקן פין די עדס פין כולל זיבנבערגן, די דערמאנונג פין די באבובער רבי, זיי האבן טעראראזיאט מיטן רייסן די מודעות אין בארא פארק און הענגן פאלשע, זיי האבן געסטראשעט די בעה"ב פינם זאל, וכו' וכו' אזוי ווי הגאון המפורסם ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט זיך אויסגעדריקט אינמיטן זיין דרשה "אגאנצן וואך האט מען מיך גערופן אז איך זאל דא נישט רעדן", אבער צו האט זיי גאהרנישט געהאלפן ווייל די טויזענטער הזמנות און פאסט זענען אהנגעקומען צו יעדן פרימער יוד אין ברוקלין, יעדער האט באקומען די איינליידענונג בנוסף אן בריוו פין באבובער רבי וואס איז מחזק דעם כולל, און אין וויליאמסבורג וואס דארטן "אין ידם מגיע" האבן די פילע מודעות געהאנגען א גאנצן וואך, און די טויזענטער משתתפים ביי די דינער אליינס, אלע האבן מיטגעהאלטן ווי מען רופט אויס פאר אלע משתתפים און אדמורי"ם און רבני העיר אז די באבובער רבי קומט יעצט אריין און אלע האבן זיך אויפגעהויבן לכבודו, אין מיט דעם איז די גאנצע ארבעט פין 48 אגאנצן וואך געגאנגען צו גרינד.

ג) די חתונה פין ספינקא-ראחמיסטריווקא, וויסנדיג אז די באבובער רבי וועט טאנצן מצוה טאנץ זייענדיג אן פעטער פינם כלה און די באבובער רב וועט טאנצן מצוה טאנץ זייענדיג אן פעטער מצד החתן, האבן די אנשי 48 טעראריזירט דעם בדחן אז ער זאל זיך נישט דערוואגן זיי צו אויסצורופן פארן גיין טאנצן "באבוב", און דער בדחן נאכן אהנפרעגן ביים ראכמיסטריווקא רבי'ן האט ער שיין און הויעך אויסגערופן פאר אלע גרויסע רביס ווי רכמיסטריווקא, סקווירא, ספינקא וכו', "באבובער רבי און באבובער רב" על אפם וחמתם,


דריי מיאוסע דורכפעלער וואס זיי וועלן קיינמאל נישט פארגעסן!!!!!!!

תוקן על ידי - צווייבאבוב - 17/11/2005 14:53:11



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 19:32 לינק ישיר 

אברך מבארא פארק פוגש את חברו חסיד של כ"ק האדמו"ר מהרב"צ בן מהר"ש מבאבוב שליט"א ברחוב,

שואל חסיד מהרב"צ שליט"א את חברו נו מה אתה אומר על האדמו"ר מקורטשין,

שואל אותו חברו בחזרה על איזה קרוטשין אתה מתעניין זה מ48 או זה מ45,
OUCH 1


שואלו חסיד מהרב"צ שליט"א בחזרה מדוע מגיע לנו להקרא קורטשין הרי בינתים יש לנו %50 אחוז מבאבוב
OUCH 2

ענה לו חברו כן אבל לפי מה שאני שומע חצי מהחסידים שעוד נשארו אצלכם הם משלנו,
OUCH 3


תוקן על ידי - גל_עיני - 17/11/2005 19:46:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > 3 מיאוסע דורכפעלער די וואך פאר 48
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext