בית פורומים חדשות נייעס

חסידי קארטשין (באבוב).....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2005 20:27 לינק ישיר 
חסידי קארטשין (באבוב).....

שלום רב לאוהבי תורתיך ואין למו מכשול...

דאס זענען די פאסיגסטע ווערטער וואס איך קען באטיטלען אונזער הייליגער מנהיג ורועה נאמן כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוהר"ר מרדכי דוד אונגער שליט"א מקארטשין (באבוב). זה היום שקוינו לו, אונזער הייליגער רבי האט גענומען דער איידעלער שטעלער, און למען השלום זיך אנטזאגט פון דעם נאמען "באבוב". וואס פאר א גרעסערע כבוד און נחת רוח קען דאס זיין פאר רבותינו מבאבוב וואס זענען שוין אויף יענעם עולם, אז זייער'ס א קינד גייט אין זייערע דרכים און איז זיך מונע פון מחלוקת.

נאך א שווערע וואך פאר צד באבוב אין ב"ד, האט דער רבי אם כל זאת מוותר געווען אויף דעם גענצליכער נאמען באבוב, און אויף ארויף גענומען דעם "רבנות" נאמען פון זיין הייליגער זיידע כ"ק מרן אדמו"ר מוהר"ר שמואל אהרן ראבין זצוק"ל מקארטשין, וואס די ענליכקייטן צווישען דעם רבי'ן מיט זיין הייליגען זיידען זענען פשוט אומגלויבלעך אייניג. כ'וועל אביסל ארויסברענגען ווער דער הייליגער קארטשינער איז געווען.

דער קארטשינער איז געבוירען אין שטאט קירימע בשנת תקפ"ה צו זיין טאטען מו"ה צבי אלעזר ראבין זצ"ל יליד קראקא, ער האט זיך געווייקט ביי די הייליגע צדיקים פון יענע תקופה, ווי דער ארי' דבי עילאי, דער שר שלום פון בעלז, ר"ר הערש מרימאנוב, אבער בעיקר, און ווי ער האט זיך געהאלטן אלס תלמיד מובהק, איז געווען ביים הייליגען דברי חיים, און כמים פנים אל פנים האט דער דברי חיים עם געהאלטען אלס איינער פון זיינע נענסטער תלמידים. אויף אזוי ווייט, אז ווען כ"ק מהר"ש הראשון מבאבוב האט געדרוקט די תשובות דברי חיים, האט ער זיך אסאך געוואנדען צום הייליגען קארטשינער על כל דבר קטן וגדול.

ער איז געווארען אויפגענומען אלס רב אין דער שטאט זבארוב בשנת תרכ"ה, אבער ער האט נישט דארט מאריך ימים געווען, און צוויי יאר שפעטער בשנת תרכ"ז איז ער געווארען אויפגענומען אלס רב אינ'ם שטאט קארטשין, ווי ער איז שוין פארבליבען עד סוף ימיו.

אנדערש ווי רוב רבי'ס, איז ער געווען באקאנט אלס גאון עצום און א מפלפל. ער האט געשריבן אן א שיעור דברי תורה, און טייל פון זיי אפילו געדרוקט בחייו, ווי למשל דעם חיבור "בית אהרן" אויף הלכות גיטין, וואס ער האט ארויס געגעבען בשנת תרל"ו אין לעמבערג, א יאר פאר זיין פטירה. אויך האט ער מחבר געווען דעם ספר "אם למקרא", און דעם ספר "שו"ת שם עולם", און נאך ספרים, די חסידישע וועלט בימים ההם האט זיך בארימט מיט'ן קארטשינער, אז טראץ דעם וואס ער איז געווען א רבי פון חסידים, איז ער אויך געווען ברייט באקאנט אלס גדול בתורה.

בשנת תשמ"ח, האט זיינס א אייניקל אין א"י ארויסגעגעבען פון זיינע כתבים דעם ספר "עיני שמואל" אויף אגדות הש"ס, ווי באקאנט אז ער איז אויך געווען א גאון אין דרוש. דער רבי שליט"א איז געווען זעהר אינסטראמענטאל אין דאס ארויסגאבע פון דעם הייליגען חיבור. תלמידים פון רבינו שליט"א האבען אפט מאל אין די יונגע יארען געהערט ביי די שיעורים אין דער מתיבתא, ווי אויך ביי די ליל ששי שיעורים די לעצטע פאר יאר, ווי דער רבי האט נאך געזאגט הערליכע ענינים וואס ער האט געזעהן אין די כתבים.

ער איז אויך געווען א אייניקל פון ר' אשר'ל ראפשיצער, ווי באקאנט איז ר' אשר'ל געווען געווען דער "איידעם" פון מהרנ"ץ מראפשיץ זי"ע. ער האט פארלאזט די וועלט ביום כ"ז תמוז שנת תרל"ז לפ"ק, און האט איבער געלאזט נאך זיך דורות פון רבנים ואדמורי"ם מפורסמים.

איך מיין אז איך דארף נישט ארויס ברענגען די שטריכען פון ענליכקייט פון רבינו הגה"ק שליט"א צו דעם הייליגען זיידען. ס'איז אונז א שטאלץ זיך צו קענען רופען קארטשינער (באבוב) חסידים.......



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 21:21 לינק ישיר 

בדיוק כמו שעשו הערב רב: "ויקמו לצחק"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 21:03 לינק ישיר 

דאס ריפט אן יודל גרובער, צחוק מכאיב מביא לידי גיחוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 20:53 לינק ישיר 

אשתקד כבר בערנו השאור שלנו!
ותודה לקל לא נשאר עד אחד מהכת מרימי יד בתורת משה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 18:54 לינק ישיר 

שאור שבעיסה שב48 מעכב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2006 18:48 לינק ישיר 

ולדאבונינו אבד"ק מסכן ונבזה ההולך לערכאות מעכב! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 22:00 לינק ישיר 

אתה צודק ,כלל ישראל בכל יום מחכה  לו שיבוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/3/2006 21:53 לינק ישיר 

נו?
כלל ישראל מחכה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 19:25 לינק ישיר 

איפה היתר ה"דיינים" שלכם ללכת לערכאות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2006 22:08 לינק ישיר 

כלפי האבד"ק המסכן והנבזה נאמרו הדברים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 19:44 לינק ישיר 

דאס ריפט אן יודל גרובער, צחוק מכאיב מביא לידי גיחוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 03:10 לינק ישיר 

מי שלח ידו במשיח ה' ונקה?
הדיין הרב חיי"ט שליט"א נתמנה ע"י אבינו רוענו עט"ר קוה"ק זצוקללה"ה ועליו אתם כבר מרננים?

זה שאתם קורים "אבד"ק" נתמנה ע"י עצמו ואין בזה שום תוקף וחלות. ופרט אחרי שחילל שם השם ויקר שם האלילים בזה שהלך לערכאות!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2006 02:02 לינק ישיר 

ער האט באקומען א היתר, פונקט ווי  ענקער פורים דיין ח.י.ט האט באקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 18:53 לינק ישיר 

ס'איז יעצט ארויס די ידועה אז שבת שקלים (פרשת משפטים) וועט דער אבד"ק זאגין א דרשץ בירור אז "לחלל את השם וליקר שם האלילים" איז נישט נאר מותר נאר ס'איז גאר א גיטע זאך. עיני ישראל עליך, אבד"ק!    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 18:38 לינק ישיר 

I hope they enjoy drinking the coolaid! They sound more and more like the Jim Jones group 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 20:51 לינק ישיר 

IN 48  HAS IT וצובע THE KARSHTINER SOCHET   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות נייעס > חסידי קארטשין (באבוב).....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext