יעדעס יאר אין די הייסע שאפפינג סעזאן ובפרט נאך די חגאות פירן זיך אלע גרויסע געשעפטן אהער צושטעלן אומגלויבליכע ספעשלס פאר ממש אומגלויבליכע פרייזן, די ספעשלס זענען געווענליך בלויז פאר איין טאג און אסאך מאל נאר פאר געוויסע שעות (פון 8 ביז 12 אינדערפרי למשל) ביי אסאך פון די סטארס איז ידוע אז מענטשן ווארטן שוין פון פארטאגס צו קענען אריין גיין כאפן די מציאות
די עיקר חכמה פלעגט זיין אז סאיז געווען העכסט געהיים פונקטליך וואס וועט זיין אויף ספעשל און פונקטליך וואס די פרייז וועט זיין
די וואך באריכטעט די טיימס אז סהאבן זיך געעפנט עטליכע וועבסייטס וואס דערווישן ארויס בשתיקה (לויטן באריכט קומט א גרויס חלק פון די רשימות פון אינסייד ארבעטארער וואס גנבענען דאס ארויס אין געהיים) די אמתע ליסטע פון פראדוקטען און פרייזן וואס גייט זיין אויף ספעשל און לייגן עס ארויף אויפן אינטערנעט אז יעדער זאל קענען זען און זיך אויסקלויבן ווי סשמעקט אים די מערסטע צו גיין
כברענג דא די סייט פאר אנשי שלומינו וואס ווילן אפשר אויסניצען די געלעגנהייט און קויפן ניצליכע זאכן פאר שפאט ביליגע פרייזן:
http://www.bf2005.com/ ביי די זייט קען מען קליקן אויפן נאמען פונעם געשעפט און זען וואס זיי וועלן האבן צו פארקויפן און פארשטייט זיך אויך די פרייזן
דא איז די טיימס ארטיקל:
http://tinyurl.com/7oajt (ייש"כ פאר sushi123 פון היימישע קרעטשמע פאר די 'קורצע לינק' טיפ)