| נשלח ב-25/11/2005 05:34 |
|
| |
אוועק רוקן א באק אוייון אין א קיך
חכמי הפארום היקרים
שאלה גדולה לי אליכם
איך דארף איבער מאכען מיין קיטשען, האט מיר איינער מעורר געווען פון צוואת ר' יהודה החסיד נישט איינצוווארפן קיין אויוון,.
באשר איך האב א COOKTOP אין דעם קאונטער, אין אויך א וואנט אויוון WALL OVEN פון אייזן, אז סאיז א פראבלעם דאס אוועק צו רוקן.
צו ווייסט איינער מקורות אויף דעהם?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 21:19 |
|
| |
כשריקע
קל"ב איז נישט מקפיד אויף געזאלצענע אייער (אויב מפילט דעם זאלץ) אדער געצוקערטע, מאיז יא מקפיד אויף שקרנים, ווייל חמירא סכנתא מאיסורא
אויך נישט אויף בהמה פלייש געשאכטן ווי סדארף צו זיין אונטער א גוטע השגחה,
סנהדרין כ"ה
ההוא טבחא דאישתכח דנפקא טריפתא מתותי ידיה פסליה רב נחמן ועבריה אזל רבי מזיה וטופריה סבר רב נחמן לאכשוריה אמר ליה רבא דילמא איערומי קא מערים אלא מאי תקנתיה כדרב אידי בר אבין דאמר רב אידי בר אבין החשוד על הטריפות אין לו תקנה עד שילך למקום שאין מכירין אותו ויחזיר אבידה בדבר חשוב או שיוציא טריפה מתחת ידו בדבר חשוב משלו:
א כשרות ארגאניזאציע וואס מהאט שוין עטליכע מאהל געכאפט אז זיי טויגען נישט, קען מען זיי נאכאמאמאהל גלייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 20:16 |
|
| |
באטשי, מקען נאך מיינען אז דו רעדסט ווען פשוטע אייער,
מאך קלאר דיי נע ווערטער, יעדער איז מקפיד אויף איבערגענעכטיגטע אייער, די מדובר איז וועגן אייער וואס איז איבערגענעכטיגט געזאלצענערהייט,
דעמאלט איז שוין בלויז א גזירה אטו נישט געזאלצנע, אויף דעם זענען קל"ב מקפיד,
אויך איז קל"ב מקפיד אויף בהמה פלייש אין חוץ לארץ אלץ א גזירה ווייל אמאל איז עפעס געשען, חוצמזה זענען זיי מער ווייניגער מקפיד אדער מקיל פינקט ווי אנדערע
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 19:59 |
|
| |
באראפארקער
לאט לך
יעצט רירטסו שוין אהן עיקרי הדת פון קל"ב,
דיין מאמע איז נישט מקפיד אינדערהיים אויף איבער גענעכטיגטע אייער?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 17:35 |
|
| |
כורמיזא
איך מיין אז אין קלויזענבערג איז מען מער מחמרי אויף די קפידות, ווי למשל איבערגענעכטיגטע אייער וואס די שפע חיים האט מער מקפיד געווען ווי אנדערע.
דער כלל פין מאן דקפיד, איז נישט געזאגט ביי זאכען וואס פארמאגען א מקור.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 17:32 |
|
| |
bachi wich chusid are you ? shuch a question you ask
your rebbi
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 10:16 |
|
| |
דאס איז וואס איך פראביר ארויס צו ברענגען.
עס האט נישט צו טוהן מיט די כלי אדער די אויבן, און דעריבער מעג מען עס צווארפען אדער אוועק נעמען (אנדערש ווי עס איז משמע אין די לשון ספר חסידים).
עס האט צוטוהן מיט יעדע פייער וואס ברענט אויף א מקום קבוע וואס איז מיועד פאר פייער, באנוצט מען זיך נישט מיט דער "פלאץ".
דעריבער זענען דא וואס לכתחילה זענען זיי מחליט אז דאס איז נישט די מקום קבוע.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 05:48 |
|
| |
כורמיזא
איך פארשטיי אז מען שמועסט פון א אויווען וואס איז אריינגעבויט.
פארגעס נישט אז א דרייער איז א סתם א כלי, אפילו עס מאכט פייער איז עס נישט קיין מחובר לקרקע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 10:21 |
|
| |
באטשי,
די ענין פון צוואת ר' יהודה החסיד איז נישט קיין הלכה, עס איז אן ענין פון הנהגה וקפידא. דהיינו, עס איז געווען נהוג ביי יוצ"ח פון ר' יהודה החסיד און די סביבה, און מ'האט געהאלטען אז אסאך צרות פאסירען אין שטוב ווייל מ'האט נישט געהעריג איינגעהאלטען די צוואה.
איך האב דיר געשריבען צוויי אופנים וואס איך ווייס אז מ'פירט זיך אזוי (די ערשטע האט מיר געזאגט א מורה הוראה), און פארדיר בלייבט איבער צו פרעגען א דעת תורה וואס דו פארלאזט דיר אויף אים (סיי באיסור און סיי בהיתר).
יעצט לגופו של ענין,
מאן דקפיד. אין גמרא ווערט עס טאקע נאר דעמאט ביי זוגות, אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז עס ווערט דערמאנט אין תשובה ספרים ביי אנדערע זאכען אויך ווי צום ביישפיל אז מ'זאל אויסגיסען אלע וואסער וואס איז געווען אין די שטוב פון א מת אדער לעבען אים, (איך האב נישטא קיין ספרים במילא קען איך נישט נאכקוקען) און מ'האט גענוצט די לשון פון מאן דקפיד אויך ביי אנדערע זאכען וואס האבען צוטוהן מיט מזיקים.
וועגען א דרייער, די כלל איז אז יעדע פייער וואס איז בעין אויף א מקום קבוע, נישט קיין חילוק וואס מ'טוט מיט די פייער, גייט דאס אריין אין די גדר פון אן אויבן, און די עצה איז אז מ'מאכט אפ לכתחילה אז עס איז נישט קיין מקום קבוע.
ביי אן אויבן איז דא אן עקסטערע חומרא אז אפילו די פייער איז נישט בעין איז מען אויך מקפיד.
און נאכאמאל, די קפידא איז נאר אויף די שימוש פון די פלאץ און נישט וועגען די אויבען אליין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 02:59 |
|
| |
באטשי
איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה פין גארליצער רב. ווי האסטו עס געזעהן, געהערט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 00:47 |
|
| |
יוסי718
בענין ייטב לב, זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אינגאנצן נישט חושש געוועהן אפילו אויף כלה וחמותה וואס דער דברי חיים איז יא מקפיד.
אין דברי יציב - וואס זיין איידעם ר' שאול יהודה שליט"א האט איין נאמען - יהודה - אזוי ווי ער זצ"ל האט געהאט. ברענגט ער (אבהע"ז סימן י"ג אות ג'):
ודכירנא אצל מו"ח בעל עצי חיים זלל"ה שלקח את גיסי להבחל"ח הרה"ג הק' מסלאטפינא הי"ד ששמותיהן היו שווין (חיים צבי?) וגם כשנפטרה בתו בקוצר ימים ל"ע השיא לו בתו האחרת, ומכיוון דאיתרע מילתא, הגם שהיה לו עוד שם, הרהרתי בזה, אך מו"ח לא חשש לזה כלל,
מיין איך אז סיגוט איז געוועהן דער אנדערע עקסטרעם.
אינטערסאנט וואס דער סאטמערער רב שרייבט וועגן דעהם? בבקשה נישט קיין מעשיות, די מעשעלעך קענען גיין אויף זוכען דעם עירוב.
תוקן על ידי - baachi - 28/11/2005 0:47:42
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 23:32 |
|
| |
זיסקייט
שקויעך גדול פארן מודיע זיין על אי ידיעתך, תנוח דעתך שהנחת את דעתי.
פארדעהם טאקע פטר איך דיך מהיום והלאה מגיב צו זיין ווען דו ווייסט נישט, פלעין שרייב גארנישט, און איך וועל דיך שטעלן אויף די חזקה
כורמיזא
1) מיינע ארבעט אויף אלט מאדישעןגעז הנקרא LNG בלע"ז,
ווער זאגט דיר ווי צו סאיז שייך דא אמאן דקפיד קפדי, סשטייט נאר ביי זוגות, דאס קען מען דען לייגן ווי מוויל? וואס איז דער גדר? ס'דא א דשו בו רבים ושומר פתאים ה', אבער דאס דארף שטיין און די הלכה.
2) מקפיד זיין אויף א דרייער? וואס באקט א דרייער? אפשר אויך א טאוסטער? אדער א מייקראוועיוו? צוואת ריה"ח חידוש הוא ואין לך בו אלא חידושו.
לשיטתך קענסטו צו לייגן אפשר מיין מלווה מלכה טיש און שטיבל, אפלאץ ווי איינער באקט אפ פרישע מעשיות יעדען מוצ"ש?
לבי הוו זהירים ברשות.
די ממשלה מיינע רעכנט אביסל מיט די onstituents
די שאלה איז סאיז דאך א כלי, ווייל סאיז גרויס גייט עס נישט ארויס פון תורת כלי.
פארגלייך
שו"ע אורח חיים סימן שח
(ב) כל כלי אפי' הוא גדול וכבד הרבה לא נתבטל שם כלי ממנו לא מפני גדלו ולא מפני כבדו:
די שאלה איז אויך לגבי טבילת כלים, צו מדארף טובלען א געז אויוון, איינער פון די היתירם איז ווייל סנישט דומיא דשק, גרעסער ווי מ' סאה, איך מיין סדא אתשובה אין באר משה. אבער סווערט נישט בטל מתורת כלי. און נישט דאס האט ריה"ח געמיינט.
נאך אזאך, ריה"ח זאגט לא יתוץ אדם תנור, ער רעדט נישט פון אוועק רוקן.
דערפסוק זאגט תנור וכיריים יותץ, איז מען יוצא מיטן אוועקרוקן? (אפשר תנורו של עכנאי?)
באראפארקער
אדאנק פאר דיינע מראי מקומות אין גוטע סברות, אין דב"ח שטייט טאקע אזוי, פון דעסטוועגן איז די וועלט יא חושש אביסל אויף אנדערע זאכן, אין דברי יציב איז דא צוויי שאלות, וועגן צוויי ברודער וואינען אין איין הויז, איינס איז אין ארץ ישראל, פאררופט ער זיך אויף דעהם חתם סופר, אז ארץ ישראל איז ארצות החיים, דאס אנדערע איז ער אויך מתיר.
אבער דו אלץ באבאווער מעגסטו וויסן די מעשה ווי דער גארליצער רב האט איינעם געוואלט מתיר זיין צו ברעכן איין אויוון אויב ער וועט געבן דריי הונדערט רייניש פאר הכנסת כלה, און ער איז געלאפן צום ערשטן באבאווער רב פאר אדיסקאונט... זעהסטו דאך אז מהאט יא מקפיד געוועהן.
יוסי
אדאנק פאר די תגובה, מיין שאלה איז צו דאס גייט אריין בכלל תנור? איז איינער חושש פאר פסח ווען ער רוקט אוועק איין אויוון?
תוקן על ידי - baachi - 27/11/2005 23:44:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 15:22 |
|
| |
בטשי
אין שום קפידה!
דער ייטב לב איז דאך גוט פאר סיי קל"ב און סיי סאטמאר
הנה תשובה ממנו
שו"ת בית שערים חלק יו"ד סימן קצג
יום ה' פרשת עקב תרל"ט לפ"ק סיגוט יע"א: שלום לכבוד הרב הגאון החסיד המפורסם מו"ה עמרם נ"י אבדק"ק ה' מאד: מכתבו הגיעני ואשר שאל ע"ד התנור שרוצים לסתרו אין בזה קפידא כלל רק שאל ישאר שם במקום התנור שום אבן מהתנור ואף קרקעות התנור יטלו משם עד טפח או יותר וישליכו לחוץ וכן עשו בבית התפלה שלי בהבנותו שהיה שם תנור שאפו בו כבר וסתרו אותו כי כך מקובלני מהגה"ק מה"ר שלום מבעלז זלה"ה לכן אל ירא ואל יפחד יהיה ד' עמו כנפשו ונפש ידידו אוהבו, יקותיאל יודא ט"ב, עכל"ה:]
הערות
משנת העמרמי - הערות הגאון רבי מנשה הקטן שליט"א.
עיין לנכדיו [בשו"ת עצי חיים חיו"ד סי' י"ג] ושו"ת דברי יואל סי' נ"ב ובס' עצי העולה דף ס"ט שכתבו בשמו בעומק אמה וברוחב ג"ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 13:52 |
|
| |
רב באטשי,
איך זעה אז דיין כעס אויף רבנים און שבח אויף די בעליבאטישע היידפארק האט געגרייכט אזוי ווייט אז דיינע שאלות שטעלסט די שוין אויך דא אויף היידפארק.
עס שטייט אין צוואת ר' יהודה החסיד אות מט.
לא יתוץ אדם תנור וכריים שאופים בו להשתמש באותו מקום אלא יניח אותו לתקן שנית, כי סכנה גדולה כל עושה א
צוואת ר' יהודה החסיד איז א זאך וואס יעדער זאגט אנדרעש, אלץ א קלויזענבערגער חסיד וואלסטו מן הסתם געדארפט טרעפען א תשובה פין שפע חיים, עס איז זיכער דא א תשובה ווי ער שרייבט וואס ער האלט בכלליות וועגען צוואת ר' יהודה החסיד. אין דברי חיים אבן העזר סימן ח', שטייט בפירוש אז מען איז "נישט" חושש אויף קיין שום זאך פין ר' יהודה החסיד חוץ אויף כלה וחמותה. למעשה איז די מנהג היינט אנדרעש, איך ווייס נישט פארוואס מען איז מקפיד מער ווי די ד"ח ברענגט (למשל פענסטער און אוויענס).
אין דיין שאלה שרייבסטו נישט וואס די גייסט טוהן מיט די פלאץ פין דעם תנור, ווייל אין ספר חסידים שטייט נאר אז מען זאל נישט ניצען דאס פלאץ פאר השתמשות.
איך געדענק אויך הערען אז עס איז נאר ביי א תנור וואס איז מחובר לקרקע.
אויף האב איך געטראפען א תשובה אויף די אינטערנעט פין איינעם וז"ל
תנור לבישול לחם ,אשר קיים בחצר
תוכן השאלה: שלום לרב
יש לנו בחצר תנור שאופים בו לחם לכבוד שבת
קוראים לזה '' פרינה '' מעין חבית שמסביבה יש יציקת בטון
ואת הלחם מכניסים מלמעלה ומדביקים על דפנות החבית,נירוסטה.
לפני מספר שנים בנינו ליד וממש קרוב לתנור הזה תנור ''פרינה '' חדש
והיום אנחנו מעוניינים לפרק את התנור הישן
כפי שידוע לי שבגמרא כתוב שלא טוב להרוס תנור אפייה של לחם
האם יש בעיה לעשות או אין בעיה והאם אז בתקופת הגמרא התכוונו לתנורים הללו
שאלתי נובעת מתוך כך שאנחנו מעוניינים לארגן את איזור ''הפרינה'' ולצקת שם משטח בטון והפרינה הישנה פשוט תקועה ומפריעה
תודה וכל טוב
התשובה:
כותרת התשובה: תנור לבישול לחם ,אשר קיים בחצר
תוכן התשובה: שואל נכבד!
לענין הריסת תנור דבר זה אינו מהגמרא אלא כתבו בעל ספר חסידים והובאו דבריו בכף החיים יורה דעה בסימן קט"ז בסימן זה כתב הרב כף החיים הרבה דברים של זהירות בלשון של זהורית עיין בכולו וזו לשונו: "לא יתוץ אדם תנור וכיריים שאופים בו להשתמש באותו מקום, אלא יניח אותו לתקן שנית כי סכנה גדולה כל עושה אלה, צוואת רבינו יהודה החסיד אותנ"ח, ובעירנו רוב בני אדם נזהרים בזה ויש שאינם חוששים לזה".
הנה נתפשט המנהג כאמור שלא להרוס תנור לצורך מקומו אלא יש לשפץ אותו והוסיף הרב משם הזבחי צדק וכתב "ושמעתי אומרים לאדם בשעה שבונה תנור או כיריים יתנה בתחילת הבנין שיאמר שכל שעה שרוצה ליתוץ אותם יכול ליתוץ, וישתמש במקומם ויועיל התנאי ולא יהיה עוד סכנה וכן ראיתי לכמה בני אדם שעשו תנאי והצליחו" ורבינו חיים פלאג'י בשו"ת חיים ביד כ"ה התלבט אם מותר להפוך את פתח תנור ישן מצד לצד.
והרב הבן איש חי פסק את דברי ר"י החסיד להלכה, בפרשת פנחס.
וראיתי להרב בעל "שבט הלוי" ט' קס"ו שנשאל ממישהו שקנה דירה ובה יש תנור חרס לחימום הבית האם מותר לו להרוס את התנור או יש לחוש לצוואת ר"י החסיד. והשיב "והעיקר בזה כי כך מקובלני מגאוני קדם וגם מגאון ישראל החזון איש ז"ל כי מה שאפשר להקל בלשון רבי יהודה החסיד ניתן לפרש שעל זה לא היתה דעתו". כלומר אם יש שאלה על מקרה שונה אין להחמיר. ולכן היות ורבינו יהודה כתב דווקא על תנור שאופים בו, אין צורך להחמיר ולאסור שבירת תנור חימום והסקה. והציע למכרו לגוי והגוי יקח אותו. ומכל מקום פשוט שאף הוא חש לאיסור נתיצת תנור לאפיה.
ובהיות ובהיות שלכם יש פרינה ואשריכם שמנהג אבותינו בידכם של ממש שאופים בה, ואתם שמעתם על דין זה, אל תהרסוהו אלא על גביו ויסודותיו תבנו את החדש או לצידו. ועיין שם היטב ברב כה"ח קכ"א בענין מי שאינו יודע כלל מחומרות ואזהרות אלו ע"ש.
מקורות התשובה:
התשובה התקבלה מאת: הרב יוסף אלנקווה
גענומען פין דא
http://64.233.161.104/search?q=cache:EuJcD4YdtRoJ:kol-simcha.co.il/web/shut/shut2.asp%3Fid%3D41402+%D7%A6%D7%95%D7%95%D7%90%D7%AA+%D7%A8%27+%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94+%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93+%D7%AA%D7%A0%D7%95%D7%A8&hl=en
געלויבט די אויבערשטער פאר גוגל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 11:11 |
|
| |
און אז מ'רעדט שוין פון איבערמאכען די קיך.
געדענק אז די קיך איז די ממשלה פון די אשת חיל און מ'דארף זיך שטארק רעכענען מיט איר מיינונג. 
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 10:47 |
|
| |
1. ס'איז דא וואס פירען זיך אז נאר ביי אן אויבן וואס האט פייער בפועל איז נוגע די צוואה/סכנה, משא"כ היינטיגע אויבענעס וואס ארבעטען אויף לעקטער (און נישט גאז) איז דאס נישט נוגע (בצירוף מיט די מאמר חז"ל מאן דלא קפיד לא קפדינן עליה).
2. רוב מקפידים זענען אבער יא מקפיד פאר סיי וועלכע אויבען און אפילו א 'דרייער' (וואס ארבעט מיט גאז). אבער, די קפידה איז נאר אז מ'זאל נישט גיין אויף יענע פלאץ, ד.ה. אדער מאכט מען דארט א קאבינעט (און מ'מאכט א סימן אויף די ערד פאר יארען שפעטער אז מ'זאל געדענקען) אדער לייגט מען דארט אהין עפעס אנדערש הויעך א אמה אז מ'זאל דארט נישט גיין. אבער עס מוז נישט בלייבען אויף יענע פלאץ אן אויבן בפועל.
|
|
|
|
|