|
|
| נשלח ב-18/12/2005 19:36 |
|
| |
ר' מענדעל
איך בין געווען אין אויסלאנד, און נישט געקענט ענטפערען.
אין ד"ח רעדט ער נישט וועגען א ברודער פין נפטר, דארט האט מען שוין געהאלטען ביים זוהן פין דעם ברודער, און דורך די גאנצע תשובה זעהט אויס פארקערט אז ער וויל מצדד זיין אז עס נישט דא קיין יורשים, און פארדעם האלט ער אז מען זאל עס לאזען ביי ר' אורי, פשוט פארדעם ווייל ער פירט יעצט דאס ביהמ"ד, און די אנדערע זאל מען מפצה זיין מיט געלט, ד.ה. אז מען זאל עס לאזען ביים רב שליט"א, און רמ"ד און ר' רובין זאלען באקומען אפאר דאלאר, וואס זיי האבען ממילא שוין גע'לקח'נט, און שלום על ישראל.
פארשטייט זיך אז מען ווייסט אז דא איז די זאך מער קאמפלאצירט, און מען רעדט נאר אפילו אויב עס זאל יא זיין דומה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 19:37 |

| נשלח ב-18/12/2005 20:20 |
|
| |
באראפארקער,
אויב כ'האב נישט קיין טעות איז דארט געווען איין ברודער און א צוייטע ברודער'ס זוהן. אבער ס'איז נישט קיין גרויסער נ"מ, ווייל דער עיקר איז אז ביי אן איידעם איז דא ירושה פון שררה (דארט האנדעלט זיך דייקא פון שררה) אפילו ווען ס'איז דא וואס דו רופסט א "יורש דאורייתא", וואס כ'האב דיר שוין אויפגעוויזען איז בכלל נישט קיין יורש.
און איך האב שוין פריער געזאגט אז דא איז אפשר דא אנדערע טענות מצד "רב הצעיר" צו מצד מוחזק וכהנה. איך האב מיך נאר געשטעלט אויף דעם וואס שלום יצחק און דו האבען געזאגט אז רב"צ איז א יורש. מצד ירושה האט עטס גאר א שוואכע טענה און דו ווייסט דאס גאנץ גוט אליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:41 |
|
| |
מענדל
ניין די האסט נישט קיין טעות, אין דברי חיים איז דער מדובר אזוי ווי די שרייבסט.
אגב אין שו"ת חתן סופר איז דא בפירוש א שאלה וועגען רבנות פון א איידעם קעגען א ברודער, און כמובן בלייבט די הלכה איז פארשטייט זיך אז דער איידעם איז יורש.
און וואס דער עמהארץ און מסלף באראפארקער שרייבט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי חתנו כבנו קען יעדער לערנען אין שו"ת רמ"א
הרב שהיה שם באותה שעה זכה גם לבניו, ודא אינו צריך לפנים לכל שפוסקים גדולה פוסקין לו ולזרעו אחריו עד עולם, ואין לחלק בין בנו לחתנו כנראה לפום בעיני ההמון אבל לא כן הוא, כי חתנו בכלל הוא.
|
|
|
|
|