רבנים האבן א רעכט מעורר צו זיין איינער דעם צווייטן,
אפשר מאך איך א טעות.
אבער איך געדענק נישט ס'זאל ארויס קומען איין איסור ברבים אויף גוש קטיף.
ב"ה אז מען האט געטראפן דעם פראבלעם
מארגען וועסטו הערלן א מורה הוראה אויף הלכות שבת ענטפערט פאלש אבן העזר, וועסטו אויך פרעגן פון ווי זאל ער וויסען דעם מציאות?
נשלח ב-2/12/2005 19:56
ליכטיג טייערער, ליהודים היתה אורה
פארליר דיך נישט, סאיז געוועהן איין ערנסטער חשש, פון וואנט האבן זיי געדארפט וויסן אז ספון די וואסער? ולבסוף האבן זיי ריכטיג מעורר געוועהן.
ווער ווייסט צו די גאנצע וואסער פראבלעם קומט נישט פון דעם מוציא לעז זיין אויף פירות ארץ ישראל
מגילה כ"ה
מעשה באדם אחד שהיה קורא למעלה מרבי אליעזר הודע את ירושלם את תועבותיה אמר לו עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול:
נשלח ב-2/12/2005 18:09
פאר א יאר פסח האבען די זעלבע רבנים {נישט די בעלי מכשירים- נאר די כלל רבנים וואס מען זיצט אויף די סטידישעס ביי אבן הפינה'ס} אויך ארויסגעגעבן א איסור אויף חסה בכלל, אפילו פון ארץ ישראלדיגע קאמפאניס.
זייט דעמאלט רעכן איך זיך נישט מיט קול קורא'ס פון רבנים וואס שרייבען אויף זאכען וואס איז נישט אין זייער פעלד.
ווער ווייסט וואס איז יעצט דער פראבלעם?
נשלח ב-2/12/2005 17:46
יוחי
דער קול קורא פין די רבנים דאהי, שטייט בפירוש אז עס איז אן איסור חמור צו עסען.
לכאורה זעהט מיך אויס, אז מען האט זיך פארלאזט אויף די גויעשע קאמפאניס ווען זיי וואשען די לעטאס.
איך פלעג עסען געהעריגע דאל לעטאס אהן קיין שום השגחה, ווייל בלומענקראנץ האט געשריבען אין ביכעל אז מען מעג עס עסען, ווייל עס איז נישט במציאות אז עס זאלען איבערבלייבען ווערים נאכדעם וואס מען וואשט עס מיט אזעלכע כלים.
איך פארשטיי נישט וואס איז געשעהן יעצט אז עס איז יא דא ווערים, און פין ווי זיי קומען, אבער זעהט אויס אז עס איז געווען א טעות אין די הנחה אז די געפעקעלטע בלעטלעך פארמאגען נישט קיין ווערים.
נשלח ב-2/12/2005 17:11
תורה הוא ולימוד הוא צריך!
נשלח ב-2/12/2005 06:52
יוחי
איך בין מקנא דיינע נערווען! הלואי מיין א ב רבי, האט צו מיר אזוי פיל געדולד...
נשלח ב-1/12/2005 23:54
OOOPS כ'האב פארגעסען צו ענפערען איבער דעם ווארט 'חשש'
איך זעה אז מיר טענה'ען זיך איבער SEMANTICS דהיינו שימוש הלשון.
OK א בהמה וואס מ'שחט כשר וישר דארף מען מאכען א בדיקת פנים ווייל עס איז דא א 'חשש' אז דער בהמה האט א סירכא וואס קען זיין טריפה.
PSSSST
ר פישעלע מיט ר' זלמן לייב מיט קאשויער רב זענען געווען ביי ר' יחזקא' ראטה?
WOW ANY PICS?
תוקן על ידי - yohcee718 - 01/12/2005 22:10:12
נשלח ב-1/12/2005 21:23
יוסי אבי געשאסן
די מאכסט הנחות אהן בעקאפ
3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי
ווערים אין טשעריס בימינו איז יא מצוי און פאר דעם טאר מען נישט אריין בייסען אין א CHERRY פרעג די משגיחים פון די CANED CHERRYS
4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!
אויף סאלאט איז נישט קיין חשש, עס איז מצוי.
5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.
עס ווערט בחזקת אינו מתולעים וואס על פי דין איז דאס גענוג פארדעם איז כדאי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל
און צום לעצט זע איך אז די לייענסט נישט מיינע תגובות
ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?
דער תירוץ איז יא
אזוי ווי איך האב געשריבן בבית מדרשו של הגר"י ראטה שליט"א.
נשלח ב-1/12/2005 21:05
דאס איז די אונטערשטע שורה,
דו רעדסט פין טעאריעס, אין איך רעד פין פאקטן,
חוץ מזה רוב עולם איז נישט אזוי בקי אין קיין נודע ביהודה, אין אוודאי נישט אין מער פרטים, מגייט צי צי זאכן זייער גראד אין פלאך, דו ביסט מן הסתם מער בקי אין די קליינע אותיות ווי סתם המון עם
נשלח ב-1/12/2005 20:54
דו וויסלט זיך פארענפערן פאר מיר אז דו האסט טאקע משים לב געוועהן, דיין חשש איז אז אנדערע וועלען נישט און מ'וועט עסען ממש ווערים בעין OK
איין מינוט
קודם לאז מיך פארברענען מיין נודע ביהודה... OOOPS מיין נודע ביהודה קען איך פטור ווערען וואס וועט זיין מיט אלע וואס האבען דעם נו"ב.. אוי א בראך!
כשריקע
הער גוט! ב"ה פאר דעם אינטערנעט, ,כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו! דא קען מען מגיב זיין אהן קיין הטרדות פון אזעלכע ווי דו
1) מ'טאר נישט עסעס ווערים!
2) מאכלים וואס קענען האבען אין זיך ווערים איז אמאהל אסור צו עסען צוליב א 'חשש' (נאר אויב עס איז דא א חשש אז דער ווארים האט רומש געוועהן על הארץ אויב באמת ס'איז נולד געווארן במקומו דאמאלס יאכלו ענוים וישבעו!) אפשר איז דא אין דעם תולעים
אבער א 'חשש' תולעים איז נישט 'תולעים' ווער עס ווייסט נישט דעם חילוק איז כדי ער זאל מאכען א שיעור אין לימוד הלכות
3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי
4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!
5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.
ועכשיו
נאר א פאר שאלות פאר דו וואס טראכטען אהאהל איבער אונזערע חרדישע גזעלשאפט.
א) אויב מ'האט אראפ גענומען דעם הכשר וואס דארף מען א קול קורא פון א 'טייל' רבנים? איינער קויפט דען אהן א הכשר סאלאט?
ב) ווער האט באצאלט פאר דאס אריינלייגען אין די פרעסע [המודיע, דער איד, בלאט,...]?
ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?
ד) איז אפשר איינער ארום געלאפען פון איין רב צום צוויטען [כדרך רוב הקול קורא'ס] זאמלען חתימות?
ה) ווי אזוי באקומט מען א מקום חתימה בקול קורא הזה, האט איינער מחליט געוועהן דעם רב יא דעם רב נישט?
איך האב כהתגובה הנ"ל מיינע אייגענע טיאריעס ווי אזוי אזעלעכע זאכען ווערען געבאקען ביים חרד'ישער ציבור.
נשלח ב-1/12/2005 20:45
ווער ווייסט,
אלע Romaine Lettuce דארף מען בודק זיין DOLE אויך אפילו מיט די השגחה