בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שוין ווייטער מיט די ווערים...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2005 17:46 לינק ישיר 

יוחי
דער קול קורא פין די רבנים דאהי, שטייט בפירוש אז עס איז אן איסור חמור צו עסען.

לכאורה זעהט מיך אויס, אז מען האט זיך פארלאזט אויף די גויעשע קאמפאניס ווען זיי וואשען די לעטאס.

איך פלעג עסען געהעריגע דאל לעטאס אהן קיין שום השגחה, ווייל בלומענקראנץ האט געשריבען אין ביכעל אז מען מעג עס עסען, ווייל עס איז נישט במציאות אז עס זאלען איבערבלייבען ווערים נאכדעם וואס מען וואשט עס מיט אזעלכע כלים.

איך פארשטיי נישט וואס איז געשעהן יעצט אז עס איז יא דא ווערים, און פין ווי זיי קומען, אבער זעהט אויס אז עס איז געווען א טעות אין די הנחה אז די געפעקעלטע בלעטלעך פארמאגען נישט קיין ווערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 18:09 לינק ישיר 

פאר א יאר פסח האבען די זעלבע רבנים {נישט די בעלי מכשירים- נאר די כלל רבנים וואס מען זיצט אויף די סטידישעס ביי אבן הפינה'ס} אויך ארויסגעגעבן א איסור אויף חסה בכלל, אפילו פון ארץ ישראלדיגע קאמפאניס.

די ריכטיגע מבינים האבען געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, און דערנאך איז טאקע ארויסגעקומען דער וואסער קאנטערוועסיע, ווי מען האט געטראפען אז עס איז דא ווערים ווייל מען האט עס געוואשען מיט וואסער וואס האט ווערים.

זייט דעמאלט רעכן איך זיך נישט מיט קול קורא'ס פון רבנים וואס שרייבען אויף זאכען וואס איז נישט אין זייער פעלד.

ווער ווייסט וואס איז יעצט דער פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 19:56 לינק ישיר 

ליכטיג טייערער, ליהודים היתה אורה

פארליר דיך נישט, סאיז געוועהן איין ערנסטער חשש, פון וואנט האבן זיי געדארפט וויסן אז ספון די וואסער? ולבסוף האבן זיי ריכטיג מעורר געוועהן.

ווער ווייסט צו די גאנצע וואסער פראבלעם קומט נישט פון דעם מוציא לעז זיין אויף פירות ארץ ישראל

מגילה כ"ה

מעשה באדם אחד שהיה קורא למעלה מרבי אליעזר הודע את ירושלם את תועבותיה אמר לו עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 20:26 לינק ישיר 

באטשי

זיי האבען באמת נישט געמוזט וויסען, יעדער ווייסט דען אלעס?

פרעגט מען א מומחה אויף דעם געביט וואס קען יא?

מארגען וועסטו הערלן א מורה הוראה אויף הלכות שבת ענטפערט פאלש אבן העזר, וועסטו אויך פרעגן פון ווי זאל ער וויסען דעם מציאות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 21:52 לינק ישיר 

ליכטיג

לא נתנה דעה אלא להבדיל

רבנים האבן א רעכט מעורר צו זיין איינער דעם צווייטן,
אפשר מאך איך א טעות.
אבער איך געדענק נישט ס'זאל ארויס קומען איין איסור ברבים אויף גוש קטיף.
ב"ה אז מען האט געטראפן דעם פראבלעם

אגוטן שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שוין ווייטער מיט די ווערים...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.