|
|
| נשלח ב-4/12/2005 23:52 |
|
| |
האט עס אפשר א שייכות מיט סימירנאף?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 23:52 |
|
| |
און אין 3 וואכען ארום וועט זיין אין אלע סאקמערער צענטערס גרויסארטיגע פייערונגען פון די יו"ט כ"א כסלו ווען די רבי זאל געזונט זיין איז ארויס לשלום מצפרני הנאצים
זעלבע זאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:33 |
|
| |
נבוכד
אני על משמרתי אעמודה.
דער הויפט פראבלעם מיט די סאטמערע שיטה איז אז עס וויל אויס בויען הלכות פון אגדות חז"ל,
דער אבני נזר איז נאר איין תשובה, און ר ברוך שמעון זצ"ל האט דאס געשריבן בשם זיין שווער דער טשיבינער רב זצ"ל, די הויפט ראיה איז פוק חזי מה עמא דבר, ואכמ"ל
סדא אתשובה פון חתם סופר לגבי א כפרה פון א אשה שהיתה פחות מעשרים שנה ואינה ברת עונשין, שרייבט ער אז לא נמצא רק בספרי אגדה, ווען בעצם איז עס א גמרא אין שבת און אויך א ירושלמי, ווייל ער וויל נישט אננעמען די אגדתא להלכה.
בפרט אזאך וואז שטייט נישט אין שו"ע והרמב"ם. געזונטערהייט דו קענסט האלטן וואס דו ווילסט, אבער קענסט קיינעם נישט מחייב זיין.
סאקמער האט אבער יא געפראווט מיט אלע כוחות ארויף צו צווינגען זייער מיינונג אויף ווען זיי האבן נאר געקענט, און מיט דעהם האבן זיי איינגעשטעלט צו זיין בגדר "פרנס המטיל אימה על הציבור"
אויב דו ווילט דוקא בויען אויף אגדות קום איך צו דיר דעם פורים מקיים זיין קם רבה ושחטיה לר' זירא.
נאכאמאהל סקיין שום עוולה צו האלטן יעקב אבינו לא מת. אבער מהאט איהם באגראבן און מספיד געוועהן אין א נאמען געגבן נאך איהם.
פונקט ווי משרייט דוד מלך ישראל חי וקיים. as long as you dont scare the horses
הערמיך
איך זעה נישט קיין שום עוולה אויף א לעבעדיגן מענטש אז ער זאל האלטן אז ער איז ראוי צו זיין משיח. די אלע וואס דו גמרא ברענגט זיי האבן געמיינט אז זייער רבי איז משיח, פון ווי נעמסטו אז דער רבי אליין האט אנדערש געהאלטן?
ווען מען האט דערציילט פאר קל"ב רבין זצ"ל אז דער ליבאוויטשער רבי זאגט ער איז משיח, האט ער געפרעגט
- נו פארוואס קומט ער נישט?
דער פראבלעם איז ווען א מענטש שטארבט, אין נאכהער שרייען אז ער לעבט און קרייען יחי המלך יעדע מינוט, און נאך צולייגען לעולם ועד, דאס גרעניצט זיך מיט משוגעת, וואס איז נאך ערגער פון כפירה. (אויף כפירה העלפט תשובה)
טובעין
לגבי ציונות, לויט ווי איך האב געליינט זיינע כתבים זעט אויס אז זיין שיטה איז געוועהן אז די ישועה גשמיית וואס אידן האבן געהאט אין ארץ ישראל, האט גארנישט צוטוהן מיט די גאולה שלימה וואס איז א הויפטזיכליכע רוחניותדיגע ערשיינונג. אדער אפשר גאהר מיינט דאס לשיטתו נאר בנין ביהמ"ק והשראת השכינה, פארדעהם איז ער געוועהן אזוי שארף קעגן דעםן אויסדרוק פון אתחלתא דגאולה
יוסי718
ספאסט בכלל נישט פאר איין אינטיליגענטן מענטש ווי דו צו האבן א שנאה אויף אידן וואס האבן קיינמאהל קיינעם נישט קיין שלעכטס געטוהן.
איך האב מורא סקומט פון קלעצקער חדר... VIA שאנכיי...
לאז עס אפ
קהלת ט'
כִּי הַחַיִּים יוֹדְעִים שֶׁיָּמֻתוּ וְהַמֵּתִים אֵינָם יוֹדְעִים מְאוּמָה וְאֵין עוֹד לָהֶם שָׂכָר כִּי נִשְׁכַּח זִכְרָם:
(ו) גַּם אַהֲבָתָם גַּם שִׂנְאָתָם גַּם קִנְאָתָם כְּבָר אָבָדָה וְחֵלֶק אֵין לָהֶם עוֹד לְעוֹלָם בְּכל אֲשֶׁר נַעֲשָׂה תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:37 |
|
| |
you bet they scare the horses
פרעג זיך נאך וואס טוט זיך אין די שטעט ווי זיי האבען POWER צו פארשטיין אז עס איז דא איינער וואס איז אביסל מער POWER HONGRY ווי די סאקמארער שנואי נפשך.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 19:36:57
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:52 |
|
| |
אפשר איז כדאי באטשי טייערער, דו זאלסט זיך פארבינדן מיט די סקווערער עסקנים וואס ארבעטן אויפצובויען אידישקייט אין רוסלאנד און אוקראינע.
בתחילת ווען זיי זענען געפארן אהין, האבן די דארטיגע חבד'סקער שלוחים - אנשטאט זיך פרייען אז נאך אידן זענען עוסק אין דעם שווערן תפקיד פון קירוב - האבן זיי געשטעלט אונטער זיי אן א שיעור פיסלעך און שפיצלעך.
זיי בארעדט פאר די תמימות'דיגע רוסישע אידעלעך, און שיעור נישט אינגאנצן פארטריבן די סקווערער שלוחים פון די גאנצע אזיאנער טעריטאריע.
אדרבה פרעג דיך אליינס נאך.
איין זאך האבן זיי א גוטן, א גרויסן בעלויני מאשין, מיט א שטארקן בלאזער...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:08 |
|
| |
בןמלך
1) ערשטנס האט קיינער נישט ליעב ווען יענער גייט אריין אין זיין טעריטאריע, בפרט ווען יענער האט געפאקט איןגעמוזלט דארטן א לאנגע צייט, אונטער קומוניזם, אנגעבונדן געוויסע פאליטישע קשרים,יעצט קומט אצווייטער נעמען קרעדיט און עסען פירות? נוצר תאנה יאכל פריה.
ס'אפילו דא אין יור"ד הלכות ת"ח רמ"א רמ"ד גדרים ווען איין תלמיד חכם מעג אריין קומען אין גבול םון א צווייטן.
פארשטייט זיך דאס איז נישט מתיר קיין שלעק אין מסירות וחילול השם אדער אנדערע געוואלד זאכן
ב) איך ווייס נאך נישט ווי ווייט איך דארף גלייבן די סקווערער לשם שמים'ניקעס. ס'פעלט דען און אמעריקע וואס צו טוהן? זיי האבן שוין געמאכט איין חדר אין א געגנט ווי סנישטא קיין יידישן חדר דאהי? צו נאר פארקערט, געמאכט חדרים ווי יעדער האט שוין - גם ברוך יהיה -, און נישט צו געלאזט בויען א יידישן יישוב לעבן סקווער מהטעם הידוע רק להם.
ווייס איך נישט וויפיל לשם שמים שטעקט אין דעם סקווערער רוסישע דעלעגאציע, זיי ווילען מאכן סקווערע חסידים, און די ליובאוויטשער ווילען בעסער מאכן ליובאוויטשער חסידים, OK איך קען פארשטיין התנגדות, אבער סדען גקומען צו סאקמערע שטיק?
אדרבה אז דו ווייסט עפעס זאג!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:10 |
|
| |
דאס מילא
די צרה איז ווען זיי קומען אריין אין יענעם'ס טעריטאריע ווערן זיי גלייך בעלי בתים מיט אלע וועגען.
פרעג די רבנים פון מאסקווע, קיעוו, ווילנא, פראג. ועוד ועוד.
די סאטמארער שטיק איז קליין געלט קעגען די שטיק דארט.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 20:10:53
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:15 |
|
| |
טאנצען אויף די טיש איז בערך די זעלבע "בחינה" פון די "קנעפל עטרות" אויף די טלית
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:18 |
|
| |
גורארי
גוט איך וועל אנפרעגן
דו קענסט אפשר אפאהר תלמידים פון הגאב"ד פראג הגאב"ד ווילנא הגאב"ר קיעוו און אחרון חביב הגאב"ד בו"ק הגאב"ד עואב"י קרית מלך רב מאסקווע הבירה
שיק מיר אפאהר אדרעססן, היכא דאפשר לברורי שאני
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:22 |
|
| |
תוקן על ידי - baachi - 05/12/2005 20:21:40
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:24 |
|
| |
גורארי
איך בין איבערראשט אפילו פון דיר, אזוי צו לייקענען?!
ווילנא האט "באלאנגט" פאר אן אנדערער?
פראג האט מעו אים אויפגענומען אלץ רב נאך יאהרען פון ארבעטען שווער
אין קיעוו מעג נאר בלייך זיין? ובפרט נאך די מעשה הידוע, ואכ"מ
די שנאה איז דיר מעביר על הדעת
און יעצט וועלען מיר בעטן ידידנו YOHCEE זאל אונז קומען לערנען אז איך בין באמת די בעל "השנאה", און אויך אז די אגודה האט באמת אויפגעבויט אידישקייט אין די סאוועטען פארבאנד
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:25 |
|
| |
ווען די וועסט מיר ווייזען דעם היתר הוראה פון דעם ליובאוויטשער רב פון מאסקווע {לאזאר} וועל איך דיר ברענגען א רשימה פון די תלמידים פון הרב גאלדשמיד.
צבי די ענטפער אויף די אלע שאלות איז יא.
אין ניין עס איז נישט דא קיין מעשה הידועה, עס איז נישט מ ער ווי חבדקער פראפאגאנדע, עיין ערך ישעי כהן פון קאזאקסטאן און הרב גרוזמאן פון מינסק.
זיי זענען שוין כשר אף שעלניקעס, אבער אז זיי דינען נישט דיין POWER איז דא זעלבע.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 20:30:18
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:27 |
|
| |
איך בין נישט באקאנט צו שטארק, אבער דאס איז זיכער אז לאזאר שטייט אונטער די פראבלעמען פון גאלשמידט?
נאכאמאהל, איך בין זיכער אז סדא פראבלעמען, פון טויזענטער שלוחים איז דא פראבלעמען. אפענע אין באהאלטענע.
אבער אין סאטמאר איז דאס איין אפיציעלע שיטה! בציוויו ובברכתו ובעידודו פון דעם רבין/רב
תוקן על ידי - baachi - 05/12/2005 20:28:40
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:34 |
|
| |
גורארי
דיין זאגען דעות אין עניני ליובאוויטש איבער די וועלט איז ווי איך וועל דיר קומעןזאגען אז בערל פרידמאן אדער יצחק ראזענבערג אדער שאול פערלשטיין דארף זיין ראה"ק אין סאטמאר, דו ווייסט נאר וואס די אלע געשוואוירענע שונאים, יא שונאים, האבען צו זאגען, אדער וואס דו ליינסט אין די צייטונגען
מיר ווייסען ווער דו ביסט, און דו ביסט א בר-סמכא פונקט ווי סאדאם כוסעין איז באגלייבט אויף אוואו די אלע געלט פון די נפט אין איראק איז פארשוואונדען געווארען
|
|
|
|
|