|
|
| נשלח ב-28/11/2005 07:11 |
|
| |
דיבוק באקס, מה היא זה ואי זה היא?
די שבת האט די מסבב כל הסיבות ציגעפירט אז איך זאל וויילן שב"ק אין א פארשיפט ווינקל ערגעץ אין טעקסאס,
האב איך זוכה געווען צי פארברענגען די שב"ק מיט א שליח פין חב"ד, אקיצור ביי די סעודה איז ארויפגעברענגט געווארן עפעס א מעשה וועגן א "דיבוק באקס" ואכמ"ל
ער האט עס אראפגעלייגט אזוי שרעקעדיג אז איך האב געזען ממש די משונהדיגע צורות פין דיבוקים אויפן וועג צי מיין אכסניה,
וויל איך אייך פרעגן טייערע גולשים אויב די זאך איז קראנט אדער איז עס סתם בויך ווייטאג?
דא האט איר אפאר לינקס
http://www.google.com/search?hl=en&q=dibbuk+box&spell=1
http://www.andrew.cmu.edu/user/rubyc/eBay_dibbuk.htm
תוקן על ידי - אוי_וויי - 28/11/2005 7:10:17
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 07:22 |
|
| |
טאמער די מיינסט צו פרעגען אויב די מעשה איז טאקע געווען, איז דא גאר ווייניג מענטשען וואס וועלען דיך קענען זאגען אויף זיכער.
אבער אויב דיין שאלה איז, צו די מעשה האט געקענט פאסירען, איז די תשובה, אז לויט ווי אונז חסידים גלייבען, קען די מעשה זיין הונדרעט פראצענט אמת.
אין הכי נמי, היינט זענען אסאך חסידים געווארען גאר גרויסע אפיקורסים (און לאו דוקא אין סאטמאר), און גלייבען נאר אין וואס זיי ווילען גלייבען, אבער אז מען קוקט אריין אין די קראנטע סיפורי מעשיות פין אמאהל, זעהט מען אז די אמונה כללי ביי חסידים איז געווען יא צו גלייבען אז די זאכען זענען אמת. (דאס הייסט אז די דיבוק איז אן אמת'ע נשמה וכו').
אוודאי וועלען זיין אסאך וואס מתוך דעם וואס זיי איז מער ניחא צו לייקענען אין די גאנצע ענין פין דיבוקים (עפעס צאפעלט זיי), וועלען דיך אויף ברענגען אז דער רמב"ם האלט נישט פין קיין גלגולים וכו', און אוודאי נישט פין קיין דיבוקים, אבער נאכאמאהל, לויט די אמונה וואס אונז האבען מקבל געווען, זענען די זאכען אמת ויציב.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 10:31 |
|
| |
איך האב געמיינט אז די רעדסט פון "דיבוק באקס".
גראדע האבען זיי גאנץ גוטע פרייזען.
http://www.dbook.co.il
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 17:21 |
|
| |
פשטעס איז עס נישט אמת. ס'שטייט את זה לעומת זה עשה אלוקים.
און ס'שטייט אין גמרא, וועגען א וויכוח מיט אפיקורסים, איך האב שוין פארגעסען די פונקטליכע לשון, אז ווען ס'דא א ירידה ביי די אידישע חכמים גייט אויך אראפ די כח הטומאה פון די אפיקורסים. מיט נאך א פסוק.
ווען אונז האבען געהאט הייליגע רבנים וואס האבען געפראוועט האט געקענט זיין דיבוקים.
אז די כח הטומאה האט אזא פנים ווי אונזערע היינטיגע רבנים זיינען זיי אויך בלאפערס. (-:
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 18:07 |
|
| |
וואסא
ביי כלל ישראל דורך אויס אלע דורות איז אייביג געווען גאר אסאך אידען וואס האבען געטענה'ט אויף די ערליכע אידען אז זיי זענען בלאפערס, שוין אויף משה רבינו האט מען אזוי געזאגט.
היינט צו טאג, ביסטו דער חלק פין כלל ישראל. עס פרעגט נישט אפ די ערליכע אידען, עס פרעגט אפ די כופרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 18:31 |
|
| |
באראפארקער
כאפסט זיך אן אויף א קלייניגקייט און מאכסט זיך נישט וויסענדיג פון מיין פונקט.
איך האב געהערט פון עהרליכע אידען אז אויף די מדרגה וואס אונז האלט מיר, איז נישט שייך קיין דיבוקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 18:57 |
|
| |
איך מעג ביי וועלכע שליח דו ביסט געווען? איך וועל אים נישט פרעגן ווער דו ביסט...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 19:26 |
|
| |
דער ענין פון דיבוקים איז לאו דוקא חסידישע מעשה'לעך, די תלמידים פון הייליגן חפץ חיים האבן פארציילט אז דער חפץ חיים האט פארטריבן א דיבוק, און לגודל ענותניתו, האט ער מסביר געווען אז דער מסבב כל הסיבות האט דאס צוגעפירט צו אים נאר ווייל זיינע תלמידים זאלן גלייבן אין השארת הנפש, און פונדעם האט דער נשמה געהאט זיין תיקון,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:53 |
|
| |
וואסא,
אפשר האט די כח הטומאה וואס דו רעדסט וועגען א כח פונקט ווי די פאר איינציגע יחידי הדור וואס זענען לדעתך צדיקים? (איך מוז מודה זיין, אז יעצט אויף די רגע געדענק איך נישט אז די זאלסט האבען אמאל געהאט געשריבען אז ס'עקזיסטירט בכלל אזוינע..., עכ"פ איך שטעל דיר אויף די חזקה, אזויווי אלע קנאים למיניהם, האסטו מן הסתם איינס אדער צוויי, וואס דוקא זיי זענען "יא" לשם שמים אידען.)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:08 |
|
| |
בעצם דיבוקים מיט גילגולים איז אמת אבער די מעשה מיט די פרוי צי כאפן א נשמה מיט חברים געפעלט מיר נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 01:45 |
|
| |
dibbukbox.com
איך האב מיטגעהאלטן די מעשה ווען עס איז נאך ציגעקימען אסאך שלבים צי די מעשה, עס איז זייער מאדנע, אבער עס זעעט אויס אמת,
ס'שוין געווען אפאר וועבסייטס אויף דעם, אין די דיבוק באקס איז געווען אויף אי-בעי עטליכע מאל,
עס שיינט מער ווי א כישוף זאך מיט טומאה ווי א דיבוק אדער גלגול
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|