|
|
| נשלח ב-28/11/2005 17:13 |
|
| |
באראפארקער
וואס איז ביי דיר אזוי אפגעפרעגט א גוי זאל דארפען לערנען קבלה?
די רמח"ל זאגט אז דער תכלית פון דער וועלט איז לאישתמודינא, צו וויסען אז ס'דא אן אייבערשטער, און ס'זייער יתכן אז ידיעת אלוקות גייט אריין די מצוה פון גלייבען אין באשעפער וואס איז אויך פון די שבע מצות בני נח.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 18:03 |
|
| |
וואסא
איך הער וואס די זאגסט, איך מיין אבער אז די איסור פין לערנען תורה מיט א גוי גייט ארויף אויף אלע חלקי התורה, כולל מיט זיך קבלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 21:03 |
|
| |
אין סידור ר' שבתי ווערט געברענגט אז מען זאל נישט לערנען פאר די 20.
ידוע די מעשה מיטען דברי חיים און זיין אייניקל כ"ק מהר"ש מבאבוב זצ"ל. לפני פטירתו האט איהם דער ד"ח געזאגט, 'קבלה קען מען נאר לארנען אדער פון אליהו הנביא אדער פון איינער וואס האט מקבל געוועהן פון אליהו הנביא. וועסט זוכה זיין צו לערנען פון אליהו הנביא אליין מה טוב, און טאמער נישט וועל איך דיר יעצט איבערגעבן 10 כללים אין קבלה און מיט זיי וועסטו קענען לערנען קבלה.'
אגב, מיין טאטע האט מיר פונקט דעם פארגאנגענעם שבת געוויזען א מהרש"א אין עירובין וואס ברענגט צו א זוהר.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:07 |
|
| |
עליכם שלום
דער רמ"ק שרייבט אין אור נערב אסאך תנאים פאר איינער וויל לערנען קבלה. (פאר פרק ד' איז דא א פרק ג')
אין פון דעם שטיקל ר' חיים וויטאל זע איך פארקערט,
"אל יאמר אדם אלכה ואעסוק בחכמת הקבלה" מקודם שיעסוק בתורה במשנה ובתלמוד. כי כבר אמרו רבינו זכרונם לברכה: אל יכנס אדם לפרדס אלא אם כן מלא כרסו בבשר ויין. והרי זה דומה לנשמה בלתי גוף, וכו'
בכלל די תנאים סוף הקדמה אין אין שערי קדושה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:19 |
|
| |
באראפארקער
עס איז גארנישט דא פון ר' ישראל סרוק? גרשון שלום איז דער מחדש אז נעים זמירות ישראל איז פון ר' ישראל סרוק? אויפן שער אלע יארן שטייט נישט אז ער איז דער מחבר?
פון וועלכע לבנה קומסטו?
ער טרעפט איין לימודי אצילות וואס שלום שרייבט אויף דעם אין קלעבט עס ארויף אויף אלעס.בפרט אז עס איז במקרה ריכטיג אין ער איז באמת דער מחבר. {אפשר ביסטו זיך טועה מיט וואס שלום שרייבט אויף ספר מעיין החכמה?}
אין א קיצור עולם התיקון איז נישט דא פון ר' ישראל סרוק?
אין וואס איז מיט שבר יוסף?
אין ווער איז דער מחבר פון ספרא דצניעותא?
ווער שמועסט נאך פון כנפי יונה? און אין שער השמים איז דא ווייניג פון ר' ישראל סרוק?
תוקן על ידי - משנתחסידים - 29/11/2005 3:21:41
תוקן על ידי - משנתחסידים - 29/11/2005 3:43:04
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:26 |
|
| |
אקעי ר' משנת
איך זעה אז די קומסט אויף מיר מיט א געשריי. איך וועל זיך פראבירען צו האלטען רואיג, שלא כמדתך.
לגבי קיצור עולם התיקון ביסטו מן הסתם גערעכט, אבער דער שבר יוסף איז פין א צווייטען, קוק אין שער בלאט, (אוודאי גייט עס אויף זיין דרך, אבער נישט ער האט עס געשריבען). דער פירוש אויף ספרא דצניעותא, איז גדריקט צוזאמען מיטען לימודי אצילות אויף'ן נאמען פין ... ר' חיים וויטאל. און שלום האט אויף געברענגט אז די מחבר איז ר' ישראל סרוק. און דיין הסכמה אז ער האט עס טאקע געשריבען מיינט ביי מיר זעהר אסאך, אביסעל מער פין שלום'ס חלומות.
און ווער שמועסט פין כנפי יונה?
קיינער, ווייל די מחבר איז די רמ"ע מפאנו כידוע.
און שער השמים ברענגט אים צו אפאר מאהל, דאס מיינט נישט אז ער האט עס געשריבען.
אבער פין אלעם איז די שאלה, ווי שרייבט ער וועגען לערנען קבלה???????????????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:29 |
|
| |
ווער לערנט פאר אין דזשירקא בארא פארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:32 |
|
| |
איך ווייס נישט וועלכע שער די האסט אבער שבר יוסף איז פון ר' ישראל סרוק, דער מקור איז אין תעלומות חכמה אבער ער איז זיכער דער מחבר.
דער פירוש אויף ספרא דצניעותא, איז לכתחילה נישט געדרוקט מיטן לימודי אצילות דורך ר' משה פשעווארסקער, נאר שפעטער בדפוס מונקאטש.
היינט ווען עס זענען דא אלע ארגינעלע כתבי יד פון איטליה דארף מען נישט קיין הסכמה פון שלום. ווייל עס איז דא געשריבען פון זיינע תלמידים.
כנפי יונה האט נאר דער רמ"ע מפאנו מסדר געווען אבער עס איז פון ר' ישראל סרוק און בפרט דער מהדורה שניה אין שלישית.
שער השמים איז זיין תלמיד.
אגב וואס שלום שרייבט אז ר' ישראל סרוק האט איבערגעארבעט דעם חיבור לימודי אצילות פון אר"י איז בפירוש נישט ריכטיג, עס איז אינגאנצען א אנדערע חיבור
תוקן על ידי - משנתחסידים - 29/11/2005 3:36:52
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:40 |
|
| |
משנת
איבערקוקענדיג דיינע תגובות פין פריער נאך אמאהל צו זעהן אויף וואס אונז זענען זיך דא מתווכח, מיין איך אז די פראבירסט דא אויף צובויען א בנין של הבל.
די פרובירסט צו זאגען (און אויב די מיינט עס נישט - ביסטו מכובד צו שרייבען וואס די מיינסט יא צו זאגען), אז דאס - וואס מען רעדט דא, צו יעדער זאל לערנען קבלה אדער נישט, איז א זאך וואס איז באמת א מחלוקת צווישען די מקובלים וואס גייען מיט די מהלך פין מהר"י סרוק (האלטען אז יא), און די רח"ו מקובלים האלטען אז נישט.
דאס איז אן אבסלוטער טעות, רובא דרובא מקובלים, נישט קיין חילוק פין וועלכער חדר, רמ"ק רח"ו מהר"י סרוק, האלטען אז לימוד הקבלה איז א חוב פאר יעדעם איינעם, און מען איז עתיד ליתן דין וחשבון פארען נישט לערנען.
און די וואס זאגען אז נישט זענען בטל במועט (אויף'ן מינוט געדענק איך נישט קיין איין מקובל וואס האלט אז נישט).
אגב, די מעשה וואס ajew ברענגט פין צאנז, איז נישט מדוייק בכלל. ער האט נישט געזאגט מען זאל נישט לערנען, ער האט געזאגט אז מען קען נישט פארשטיין און משיג זיין.
בכלל האט דער מעשה א שוואכע סמכות, דער מהר"ש האט עס קיינמאל נישט פארציילט כידוע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:42 |
|
| |
א חיוב פאר יעדעם איינעם וואס איז ראוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:47 |
|
| |
איך בין נישט קיין גוטער טייפער אבער אויב די האסט א סקענער ביסטו מכובד ארויפצולייגען אור נערב חלק ג'
דער סוף פון הקדמה פון שער ההקדמות
ואודה לך
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:51 |
|
| |
באראפארקער
איך קום נישט זאגען קיין אייגענע סברות. אויב, און נאכאמאל, נאר אויב, ס'שטייט אין עפעס אן אנגענומענער ספר אז מ'מעג לערנען מיט גוים, דאן זאג איך אז די סברא קען זיין ווייל וועלכע חלק פון תורה גייט אריין אין זיין ז' מצות מעג מען לערנען מיט עם, פונקט אזוי ווי ווייבער זייערע הלכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 05:51 |
|
| |
משנת
אז איך לייג, לייג איך וואס איך וויל.
איך מיין אז די פאלסט אריין אין דעם כת.
אגב, דער צווייטער חלק פין דעם כת, די וואס זאגען אז עס איז היינט נישט דא קיין רבי וואס פארשטייט, איז כידוע וואס זיי זאגען אויף'ן חזון איש. די זאגערס האבען נישט געוויסט וואס עס שטייט דא פין רמ"ק, גענוי אויף דעם טענה.
אור נערב ח"א פ"ג.
ויש כת שנית שיתרחקו מן החכמה הזאת וישתתפו להם טענות רבות, וכולם מסכימים בגודל מעלת החכמה, יש שאמר שהיא חכמה נשגבה, ואין הכל ראוים להכנס אליה, עד שידמה בדעתו להעניש לנושאים ולנותנים בה, באמרו שהוא מקנא קנאת ה' צבאות וקנאת תורתו, בראותו כי שלחו ידם במקום גבוה לעסוק באלהות, ודבר זה רחוק מדעות בני אדם הרבה, ואין ראוי לבני האדם פחותי הערך לעסוק בה, וכאשר יאלצוהו הקדמונים העוסקים בה, יאמר מי לנו כהם לקדושים אשר בארץ המה הסודות הרמות האלה:
ויש שיאמר, כי אמת שראוי לאדם לעסוק בחכמה, אמנם חכמה זו צריכה מלמד חשוב, ובעיניו אין מי שיודע בה ויבא עד תכונתה. ולכן נטה ידו משמוע אפילו דברים קלים לא מעט ולא הרבה, עד שאם ישמע העוסקים בה מדברים בה הן רב הן מעט, יפתח פיו בחלקלקות ויאמר ה' ימחול לכם כי חטאתכם רבה ואין לכם תבונה, לא אל הימין ולא אל השמאל, ומי יתן ואבין מה שנעלם מכם מחכמה זאת. סוף דבר אין מי שיבין בחכמה זו, ואני ואתם שוים בדבר. והעני נראה בעיניו שאין חלוק בין עובד אלהים ללא עבדו. ויש מי שידמה שצריך להקדים אליו חכמת התכונה, ושאר הדעות המניעות אותו מן הדרך הישר, וכן יקדש עצמו ויורה היתר לעצמו, כי עדיין לא נתמלא כריסו לחם ובשר מהגמרא, עד שהעני הזה כל ימיו לא יספיקוהו ללמוד קצת ממנו, כל שכן שימלא בטנו כדי שיאכל מהחכמה הזאת על השבע, ובזה העני נפטר לבית עולמו באין חכמה:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 05:59 |
|
| |
ש עוד כמה בחינות יפלו תחת סוגי שני אלו שבארנו. והנה אל שלשה אלו נאמר כי כל מגמתם לרומם החכמה הזאת, ובאמת הם פסולים להעיד על זה, וכי מי שלא ראה הירח יבא ויעיד, או מי שראוהו. והן אמת החכמה רמה ונשגבה כאשר נעיד בעז"ה לקמן, אמנם עליהם ועל רוממותם נאמר, (תהלים קלט, כ) "אשר ימרוך למזמה", ועליהם נאמר (משלי כד, ז), "ראמות לאויל חכמות בשער לא יפתח פיהו", וכתיב (משלי יד, ו), "בקש לץ חכמה ואין ודעת לנבון נקל", וכתיב (משלי ח, יז), "אני אהבי אהב ומשחרי ימצאנני", ויש כיוצא בזה רבו מספר במוסרי שלמה המע"ה. ועל כזה אמר דוד הע"ה (תהלים קיט, נז), "חלקי ה' אמרתי לשמר דבריך", ירצה, כי לשמור דברי ה' איני משפיל עצמי, כי על כזה נאמר, (קהלת ז, טז) "אל תהי צדיק הרבה", אלא אני אומר חלקי ה', נשמתי חלק אלוה ממעל, וראוי אני אל דבר ה' כאחד ממלאכי השרת:
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:25 |
|
| |
Sometimes when you ride in manhattan you can see a white cargo van riding with some kaballah initials on it broadly and clearly
?does somebody knows about it
|
|
|
|
|