בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויפיל זענט איר גרייט צו צאלען פאר CD's?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2005 12:14 לינק ישיר 
וויפיל זענט איר גרייט צו צאלען פאר CD's?

איך גיי נישט אריין אין די הלכה'דיגע שאלה צו מ'מעג קאפיען CD'S.

מיין שאלה דא איז לגבי היימישע חסידישע טעיפס
ביטע ענטפערט אויף איינע פון די פראגען

1. איך וועל קויפען יעדע CD וואס איך גלייך פאר יעדע פרייז.
2. איך וועל קויפן ביז 15$
3. איך וועל קויפן ביז 12$
4. איך וועל קויפן ביז 10$
5. איך וועל קויפן ביז 10$ נאר אויב איך קען נישט קאפיען.
6. איך וועל קויפן ביז 9$
7. איך וועל אלעמאל קאפיען.
8. איך וועל קאפיען און אויב איך וועל עס גלייכן וועל איך עס קויפן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 04:19 לינק ישיר 

kutchma
ערשטענס, ר' יח"מ'ס בריעוו איז נאר וועגען פארקויפען נישט מאכען קאפיעס פריוואט. און אדרבא, פון דעם אז ער באטאנט נאר די השגת גבול פון קאפיען צו פארקויפען איז א סימן אז קיין אנדערע איסור איז נישט דא.
דוקא די אנדערע בריעוו איז געשריבען דורך קעגענער פון די עירוב.
איך האב נישט געברענגט סתם אן אשכול פון דארטען. איך האב דארטען געזאגט מער ווייניגער אלץ וואס איך האב צו זאגען און ס'א שאד איבערחזר'ען.
אבער לכבודך..
ווען איך האב געלערנט די סוגיא איז מיר אויסגעקומען אז לויט רוב ראשונים דער גאנצע דינא דמלכותא איז נאר אז וואס זיי האבען געזאגט איז א קנין אדער אז עפעס געהער פאר איינעם אין ממונות, באלאנגט עס פאר יענעם. ס'מיינט אויסדריקליך ניטש אז מ'מוז פאלגען אלע געזעצען פון לאנד.
די אלע חרמות וואס מ'קען זעהן אין אלטע ספרים נישט איבערצודרוקען, למשל ביי די מחלוקת פון סלאוויטא מיט ווילנא איז אלץ עדות אז די אלע רבנים האבען פארשטאנען אז אן א באזונדערע חרם איז נישט דא קיין שום איסור.
אז מ'קאפיעט טוט מען גארנישט צונעמען פון יענעם, ס'נישט דא קיין גזל, און דער "נמכר על תנאי" איז א פשוטע ליצנות וואס האט נישט קיין האפט להלכה.ס'דא גענוג און נאך רבנים וואס זיינען מתיר. אז דו ווילסט זיך פארלאזען אויף ראביי בעלסקי, געזונטערהייט, אבער פארלאנג עס נישט פון קיין צווייטען..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 03:57 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן האלטן זיך אפ פון "קויפן" סי די'ס און קאפיען דאס.

איך פאר מיר, ווארט צו ביז איך הער א אפשאצונג אויף די נייע סידיס (למשל פון זיידיאנטשי) און אויב עס איז גוט, קויף איך דאס. איך ווייס אז מיט יעדן דאלער וואס איך קויף א היימישע סידי, וועט זיך יענעם לוינען ארויסצוגעבן נאך.

אין אנדערע ווערטער: איך שטיץ מיר מיטן קויפן די נייע טעיפס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 03:21 לינק ישיר 

דערפאר האב איך געברענגט צוויי. וועגן וויליאמסבורג, לאז עס צווישן מיך אין וואסא-דיף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 00:57 לינק ישיר 

קוטשמע:

איך ענדזשוי דיין שנאה צו וויליאמסבורג, און דיין החלטה צו ברענגען דעם פסק פון א וויליאמסבורגער דיין כ"ק הראב"ד דסאטמאר שליט"א.

איך האב איבערגעקוקט דעם אשכול פון בחדרי חרדים און דארט זע איך נישט עס זאל זיין "וויליאמסבורגער" וואס האלטן אז מען מעג.

דיין "בארעכטיגטע" שנאה צו וויליאמסבורג בכלליות איז בכלל נישט פארבינדן צו די יעצטיג נושא פון קאפיען סי. די'ס. פאר פריוואטן באנוץ. ווייל דער ראב"ד רעדט בכלל נישט פון קאפיען א טעיפ פאר פריוואטן געברויך, נאר פון קאפיען עס זאל אויסקוקן ווי די ארגינעלע און עס פארקויפן שלא ברשות.

נישט אז איך נעם א שטעלונג איבער די עצם זאך וואס די הלכה איז, נאר די ראי' וואס דו ברענסט איז פשוט נישט נוגע צו די יעצטיגע טעמע!



תוקן על ידי - kjfireman - 01/12/2005 1:06:20



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 00:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 23:57 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קוטשמע
וואו איז געגאנגען דיין CRITICAL THINKING?
ווער האט דיר פארקויפט אז קאפיען א CD איז גניבה?


אט האט עץ די וויליאמסבורגע וועג פין טראכטן. ווי מ'דארף א פסק הלכה, דארט טראכט מען קריטיש, אדער רעדט מען זיך לפחות אזוי איין. מ'ברענגט א לינק צו א הייד פארק אשכול וואס אין דעם אשכול שרייט מען אויך אז מ'מעג לכתחלה קאפיען טעיפס אין סי די'ס. (מנהג וויליאמסבורג, "מ'האט דאך אייביג אזוי געטין) אין מ'האלט זיך גרויס בריש גלי אין מ'איז א חציף דמפרסם חטאי, אז מ'קאפיט ווען מ'קען נאר.


אפשר וועלן די מודעות, סיי פין די וואס זענען פאר די עירוב אין סיי פין די וואס זענען דערגעגן, די מאכן טראכטן קריטיש אז עס איז גארנישט אזוי גלאטיג ווי די האסט מחליט געוועהן עס אהער צו שטעלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 16:44 לינק ישיר 

כורמיזא

אדרבה זיי יא משקיע אבער נעם נישט מער ווי מען נעמט פאר א טעיפ.

אז וואסא דיך וויל מאכען א קאפי איז נאך נישט עק וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 10:06 לינק ישיר 

לויט די תשובות ביז אהער זעט מיר אויס אז עס לוינט זיך נישט צו משקיע זיין אין דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 06:08 לינק ישיר 

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1544173



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 04:12 לינק ישיר 

די רבי איז גיווען קעגן עירוב נישט גיווען קעגן קאפין סידיס
אויב מעג מען קאפין סידיס ווי אזוי ע"פ תורה קען מען מאכן ביזנעס מיט סידיס מכאן ראיה למה שאומרים אז סידיס איז אסור ע"פ תורה
די שאלה איז אויך ווען זיי שרייבן נמכר בתנאי שלא להקליטו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 02:00 לינק ישיר 

קוטשמע
וואו איז געגאנגען דיין CRITICAL THINKING?
ווער האט דיר פארקויפט אז קאפיען א CD איז גניבה?
און צושטעלען צו'ם WIRELESS עירוב איז סתם דעמאגאגיש גערעדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 01:07 לינק ישיר 

יעדע סי. די. וואס איך קויף מאך איך גלייך א קאפי דערפון אין קאמפיוטער, דער אריגאלער סי די ווערט אוועקגעלייגט, און דעם קאפי נוץ איך, ווען עס ווערט צוקריצט ווארף איך עס אין גארביטש און איך שרייב א פרישן קאפי.

צו נוצן MP3 איז פארשטייט זיך דאס ביליגסטע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 00:58 לינק ישיר 

8. איך וועל קאפיען און אויב איך וועל עס גלייכן וועל איך עס קויפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 00:30 לינק ישיר 

גנב'ען מעג מען, טראגן מיט די עירוב טאר מען נישט.

דאס איז וואסא-דיף'ס וויליאמסבורגע אידישקייט. האלט דיך ווייטער גרויס דערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2005 23:48 לינק ישיר 

CD's cost exactly $0.20 cents more to print.
In England there was a Class action law suit on the Record companies about a Monopoly but the case was lost.
In our circles the producers will sometimes first release only CD's so the Die Hards will run out and pay $15 for a copy then after 2 months they will release cassettes. (nice Business gimmick).
Eventually we'll be able to buy single songs online for $0.99 @



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויפיל זענט איר גרייט צו צאלען פאר CD's?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext