אדמו"ר מבאבוב קומט צו טאהש'ער חתונה
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דאנערשטאג פ' ויצא, ז' לחודש כסלו הבעל"ט, וועט געפראוועט ווערן די גרויסארטיגע רבי'שע חתונה אין בית המדרש הגדול דקהל אור החיים ד'טאהש אין קרית טאהש יצ"ו אין קאנאדא. פון אן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר הרה"ק מטאהש שליט"א.
הכלה בת חתנו הגה"צ רבי אברהם הכהן כ"ץ שליט"א אב"ד ור"מ דק"ק "משכנות לאביר יעקב" מאנסי, עב"ג החתן המציון פאמ"ק כמר מרדכי דוד שליט"א בן הרה"ג שלשלת היוחסין ר' שלום גרשון אונגער שליט"א ברודער פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
טויזענטער חסידים פון אומעטום קומען צופארן מיטצוהאלטן די דערהויבענע שמחת החתונה בבית צדיקים.
קבלת פנים לחתן אין היכל בית המדרש התאחדות אברכים, לכלה אין בית חינוך לבנות "בית צירל", און דער מעמד מרומם פון די חופה וועט זיין אויף א הויכע פלאטפארמע פארענט פון בית צירל.
סעדות נישואין לאנשים בבית המדרש הגדול דקרית טאהש, לנשים אין די זאלן פון בית צירל.
עס זענען צוגעשטעלט געווארן באקוועמע באסעס אין אלע חרדי'שע געגעטן אין ניו יארק אין פארשידענע זמנים.
פיבערהאפטיגע פארברייטונגן צו די דערהויבענע שמחה גייען אן מיט אן אויסערגעווענליכע פלייס, אז די גרויסע רבי'שע חתונה און שמחה בבית צדיקים זאל זיין לשם ולתפארת
דער באבוב'ער רבי שליט"א קומט צו פארן מיט א ספעציעלע געדונגענע עראפלאן דאנערשטאג מיטאג מיט דער באגלייטונג מיט גבאים און מקורבים, און פליעט צוריק קיין ניו יארק ליל שישי תיכף נאך די חתונה. בריך מתייך לשלם.
שבת שבע ברכות וועט פארקומען בחצר הקודש טאהש בצילא דמהימנותא פון גרויסען זיידן כ"ק מרן הרה"ק מטאהש שליט"א
ומשמחה זו יושפע שפע רב לכל המשתתפים ולכל בית ישראל
 |
|
|