איך מיין אז דאס בעסטע סגולה איז: טראפען פון דעם נעפיו פון חזון איש. דאס אליין אז דער חזון איש איז א פעטער פונעם טראפען מאכער איז גענוג!
די טראפען העלפן פאר די וואס זענען דין, זאלען צובאקומען גאוויכט.
פאר די וואס זענען גראב, זאלען דין ווערען.
דער טראפ איז גוט צו האבען קינדער, און פאר די וואס האבען צופיל קינדער ל"ע (השם ישמור)
דער טראפ בזכות החזון איש איז גוט פאר PIMPLES אויפען פנים.
און אפילו אויב די פימפעלס גייען נישט אוועק, קען מען באקומען א שידוך, ווייל בזכות החזון איש האבען די טראפען א כח פון 'נשיאות חן'! ממילא, איז אפילו נישט וויכטיג צו די פימפלס גייען אוועק בכלל.
אויב איר האט נידריגע BLOOD PRESURE וועלען די טראפען הייבען עס, אויב הויעך וועלען די טראפען LOWERען אייער פרעשור.
ועוד ועוד דברים נפלאים שאי אפשר לתאר במקום שיש ביננו ילדים רכים לפי הטף והמבין יבין.
הכל בזכות דודו הק' של המוכר
(די טראפען האבען בכלל נישט קיין SIDE EFFECTS ווייל ס'איז פשוט ווואסער. מ'קען אבער נישט אליין נעמען פשוט וואסער, נאר איינער וואס האט אזא חשוב'ער פעטער כמובן.וזה פשוט)
נאך דעם וואס איך האב דאס געזאגט פאר א פאר'צרה'טע איד, האט ער מיך בא'שייגעצ'ט אז ער האט א סאך בעסערע סגולות.
פרעג איך איהם וועלעכע? האט ער מיר געזאגט געוואוסע פסוקים ...
נו ירא הגולשים וישפוטו ווער איז גערעכט?
דא זענען זיינע פסוקים'לעך
משלי פרק ג
(טו) יקרה היא מפנינים וכל חפציך לא ישוו בה:
(טז) ארך ימים בימינה בשמאולה עושר וכבוד:
תהלים פרק טו
(א) מזמור לדוד ה' מי יגור באהלך מי ישכן בהר קדשך:
(ב) הולך תמים ופעל צדק ודבר אמת בלבבו:
(ג) לא רגל על לשנו לא עשה לרעהו רעה וחרפה לא נשא על קרבו:
(ד) נבזה בעיניו נמאס ואת יראי ה' יכבד נשבע להרע ולא ימר:
(ה) כספו לא נתן בנשך ושחד על נקי לא לקח עשה אלה לא ימוט לעולם:
תהלים פרק קיב
(א) הללו-יה אשרי איש ירא את ה' במצותיו חפץ מא:
(ב) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יברך:
(ג) הון ועשר בביתו וצדקתו עמדת לעד:
(ד) זרח בחשך אור לישרים חנון ורחום וצדיק:
(ה) טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט:
(ו) כי לעולם לא ימוט לזכר עולם יהיה צדיק:
(ז) משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטח בה':
(ח) סמוך לבו לא יירא עד אשר יראה בצריו:
(ט) פזר נתן לאביונים צדקתו עמדת לעד קרנו תרום בכבוד:
(י) רשע יראה וכעס שניו יחרק ונמס תאות רשעים תאבד:
מי יודע וועס ס'איז גערעכט...
OOOPS
פרעיג איך דעם איד, אין וואס איז מיט די "קלי צום" טאבלעטען?
המשך יבא....
 |
|
|