| נשלח ב-2/12/2005 00:37 |
|
| |
ווער האט א דשאב פאר אנזער ליבער סטיוו מא
סטיוו מאלזבערג וואס האט אפגעלאזט wabc צו גיין צי
wwrl האט פארלוירען זיין פאסטען דארט
http://www.malzbergtalk.com/talk/
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 04:08 |
|
| |
my two cents
א חרפה און א בושה אז היימישע אינגעלייט זאלען באוויינען אדער באלויבען א טאלק שאו האוסט....
ביז מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א בושה ווען א אינגערמאן האט געוואוסט ווער ראוש לימבאו איז, נו מילא מען זיצט אין די קאר און מען ווערט משוגע מיט די צייט הערט מען אויס אביסעל, פיין, אבער צו ליב האבען אדער פיינט האבען באוויינען אדער באלויבען דעם האוסט איז א בושה.
קיינער ווייסט נישט ווער די טאלק שאו האוסטס זענען געווען פאר 20 יאר צוריק, אדרבא פרעגטס ענקערע עלטערען, ווייל פאר 20 יאר צוריק האט א אינגערמאן זיך געשעמט פאר זיך אליינס אנצוצינדען די ראדיא אין קאר, אויסער פאר טרעפיק.
היינט קען מען הערען אינגעלייט איבערשמועסען אפען ברבים וואס ראוש אדער שאון האט געזאגט, עס איז א בושה און איינע פון די זאכען ווי מען זעהט שטארק ארויס די ירידת הדורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 02:55 |
|
| |
what realy happend with paul aleksander ?
תוקן על ידי - bush2008 - 05/12/2005 2:54:36
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 21:13 |
|
| |
כפלעג אים אויך נישט קענען סובל זיין, סתם געהאקט אין קאפ אן רעדן צום דבר, די מכה בפטיש ביי מיר איז געווען ווען ער האט בארעכטיגט די פאליציי אין די גדעון באש געשיכטע און געמאכט דערפון א קוגל וועגן גאן רעכטן, שטותים והבלים
כהאלט אז ער קען זיך יעצט צאמפארן מיט פאול אלעקסאנדער וואס פלעגט זיין צוזאמען מיט דזשאן בעטשלער, זיי וואלטן געווען צוזאמען א גיטע פאר און סוואלט געקענט זיין גאנץ אינטערעסאנט
סתם זיך אפגעמוטשעט צענדליגער יארן און ארויס מיט בושות, נעבאך נעבאך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 20:59 |
|
| |
אמת אז ער איז א גרויסע נודניק, אבער צווישען די וואס ער האט איבערגעלאזט איז דא מאנכע וואס שטייגען אים איבער פילפאכיג
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 08:54 |
|
| |
Good riddance
ער פלעגט קריכן אויף די נערווען. כ'פלעג אים אויסהערן ווען ער איז געווען מיט דיק בעי נאך שון הענעטי. ער פלעגט רעדן פאר פייער און פאר וואסער. זיינע טענות זענען פאסיג געווען פאר איינעם וואס האט נאך נישט קיין שתי שערות. ריטשארד האט זעט אויס אלץ רחמנות אים געלאזט "געווינען" אסאך מאל.
וואס זאל איך ענק זאגן, ריטשארד בעי איז א גרויסער פארלוסט. א באזעצענער מענטש מיט א שטארקן חוש אין רעטאריק. די איינציגסטע סיבה וואס מ'האט אים געווארפן איז ווייל WABC זיכט צו געפעלן פאר די רעכטע אוידיענץ. זיי האבן נישט געקענט האבן איינעם וואס זאל דריי שעה נאך ראש לימבוי צונישט מאכן אלע ארגומענטען. וואס זיי אינטערסירט איז צו געבן צוהערן פאר זייערע צוהערערס וואס זיי ווילען הערן; אמת צו נישט איז נישט מאסגעבנד. חבל אל דאבדין.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 07:19 |
|
| |
דער סטיוו, מוז זיין לגמרי אינו מן היישוב.
ער האט געהאט א געזונטע שאו, מיט ריטשארד בעי אינאיינעם, יעדער וואס האט צוגעהערט האט הנאה געהאט.
דער פראבלעם: ריטשארד בעי איז מער פאפולער ווי איהם, און אסאך מאל זעהט אויס ווי ער רעדט גאר צו דער זאך!
קלערט ער צו זיך, וואס וועט זיין? ווען נישט פאר דער געשמאקער מנוול בעי, פאק איך איין ראש לימבא? נו וואס טוט מען? ערקלערט מען אז פאר מאראלישע סיבות, קען ער נישט טאנצען מיט בעי אינאיינעם..., תכלית, ער האט אהנגעהויבען גיין אליינס, און זי רעיטינגס זענען געגאנגען אין די אדמה אריין, וואס קען מען טוהן, די עולם איז נישט גרייט מוחל צו זיין אויף זיינע קולות וברקים, (אנדערש ווי דער "ראש" ישיבה...), און מ'ריקט איהם אריין אין די הרי חושך (נאכט שעה'ן) אריין, ביז ער קלערט זיך אהן, לאמיר פרואווען ערגעץ אנדערש.
אזא פנים טראגט מען, ווען מ'שאצט איבער די אייגענע טאלאנטען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 07:02 |
|
| |
אבער אפילו אין עי בי סי אליין'ס איז ער אויך געפארן פין איין סלאט צו די נעקסטע טאג טעגליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 04:35 |
|
| |
נעבעך,
מאחינו בני ישראל......
עפעס אן קיין מזל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 03:14 |
|
| |
אפשר וויסט איינער ווי מ' קען הערן יוסי סייס פין קול ישרא' ?
תוקן על ידי - bush2008 - 02/12/2005 3:49:49
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 03:01 |
|
| |
ער וועפט אויף כח
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:59 |
|
| |
ער איז געגאנגען צוליב מאראלישע אישוס.
ער איז נישט געפלויגן און נשיט געשטויגן...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:22 |
|
| |
א שאד. דעמאלס בין איך פעסט געשלאפן. איי האב איך פארפאסט. נו, די וועסט דאך לאזן וויסן ווען ער קומט צוריק..
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:20 |
|
| |
ער איז געווען אין wabc א גאנצע נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:15 |
|
| |
עפעס ליגט מיר דער נאמען, איך געדענק נאר נישט וועלכע שעות ער איז געווען.
|
|
|
|
|