בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מזוזות פסולות אויף Ebay

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2005 19:36 לינק ישיר 

ליידער איז דא א גרויסע מארקעט פון נישט כשר'ע סחורה, און עס ווערט פארשפרייט אין אלע ארבע כנפות הארץ.
לויט ווי הרב גרינפעלד מנהל משמרת סתם גיט איבער, גייט שוין די מכשול אן אין א גרויסן פארנעם, נאנט צו הונדערט יאר.
כמעט אלעס קומט - נישט פון קיין שמות קעסטל - נאר פריש פראדוצירט דורך פרייע חילונים און אפילו פרויען שרייבער אין ארץ ישראל.
"וועד למשמרת סתם" פירט שוין יארן א קאמף דערקעגן.
עטליכע יאר צוריק האבן זיי געכאפט און אפגעשטעלט א גרויסהענדלער אין בארא פארק וואס האט געליפערט פון ארץ ישראל און פארשלייסט צו אלע סטעיטס איבער אמעריקא לכתחילה פסול'ע סת"ם.
אויב דער סופר זיידע ווייסט ווער דער שייגעצל איז, זאל ער זיך שוין פארבינדן מיט הרב גרינפעלד פון משמרת סתם און מאכן אן עק צו די מכשילי הרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 20:53 לינק ישיר 

איך האב געטאן דאס מייניגע, כ'האב געשיקט אן אימעיל צו די העכסטע בידער - שטעלט זיך ארויס צו זיין א פרוי - און איר געווארנט אז די מזוזות זענען פסול.

איך האב איר מיטגעשיקט א לינק צו די אשכול, אבער זי האט מיר געענטפערט אז זי קען נישט קיין אידיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2005 06:50 לינק ישיר 

שומו שמים!

א פרישע מעשה נבלה! א אשה א סופר'טע שרייבט ספר תורות ר"ל.
און שעמט זיך גארנישט דערמיט, נאר שטעלט אויף א וועב-סייט מיט'ן נאמן "סופרת"!!!
עד היכן הגענו. אוי לעינים שכך רואות.
http://soferet.com/aboutme.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 08:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זי האט אבער א שיינע כתב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 23:05 לינק ישיר 

פון איר סייט פארשטיי איך אז די שרייבט נישט קיין ספרי קודש, נאר ארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2005 23:08 לינק ישיר 

עפשטיין

בעסער בעט איינער זאל דיר עס איבערזעצן, איידער דו מאכסט א סטעיטמענט, דארט שטיי קלאר אז זי האט געשריבן א מגילה אין יעצט האלט זי אינמיטן א ספר תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 23:38 לינק ישיר 



תוקן על ידי - tzvibp28 - 05/12/2005 23:42:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 00:49 לינק ישיר 

קוטשמע כאטש אלעמאל שרייבסטו זיס ווי צוקער מוז איך יעצט מחולק זיין מיט דיר
דער כתב פון די סופרת איז ווייט פון שיין

קען זיין האסט געמיינט בלשון סגי נהור אזוי ווי עס איז משמע פון דעם סימבאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 17:47 לינק ישיר 


נו, ב"ה, עפיס האט מען אויפגעטוען. דער יעניגער מזוזות-פסולות-איבעיי-האנדלער, פרקויפט יעצט אפרישער לאט פון 30 מזוזות,
. These are not copies, they are original genuine parchment.
אבער דאס מאל שרייבט ער כאטש קלאר ארויס אז
These Mezuzah Scroll are Not kosher.
http://cgi.ebay.com/Lot-of-30-Judaica-Mezuzah-Scrolls-Mezuza-Parchment_W0QQitemZ6233616592QQcategoryZ1449QQssPageNameZWDVWQQrdZ1QQcmdZViewItem

אזוי אויך פארקויפט ער יעצט תפילין פרשיות, ווי ער שרייבט ארויס קלאר אז די פרשיות זענען NOT-KOSHER
http://cgi.ebay.com/Complete-Set-Tefillin-Tefilin-Parshiat-Parshias-Judaica_W0QQitemZ6233651947QQcategoryZ1449QQssPageNameZWDVWQQrdZ1QQcmdZViewItem




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 21:29 לינק ישיר 

Catskills
---------

http://cgi.ebay.com/HOLY-Sefer-TORAH-Scroll-GVIL-antique-complet_W0QQitemZ6233836649QQcategoryZ1449QQtcZphotoQQssPageNameZWDVWQQrdZ1QQcmdZViewItem



bid now $102.50
Buy it now $4,999.00






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 21:39 לינק ישיר 


מלחמת,

דיין מלחמה לה' בעמלק האט זיך מיט דעם גע'ענדיקט?

פארוואס פארקויפט דער שייגאץ פסול'ע מזוזות?

און נאך מער, פארוואס זאל א תמימות'דיגע קונה אין אקלאהאמא, קויפען פסול'ע מזוזות? ס'איז עפעס ענליך צו מילעך וואס איז שיעור נישט עקספייערד?

ס"ה, האט דער שייגאץ מיט דעם אראפ געשאקעלט פון זיך סיי וואס א לעגאלע קאנסעקווענצען, און און איינוועגס, האט ער מיט ערמה בארואיגט אונזער לוחם מלחמת ה'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 03:49 לינק ישיר 

כבוד Jid_613

איך האב זער מדייק געווען מיט מיינע ווערטער. איך האב געשריבן אז מ'האט ב"ה "עפיס" אויפגעטוען, דערמיט וואס ער שרייבט שוין אז די מזוזות זענען Not kosher. פארשטייט זיך אז דער פראבלעם איז ווייט פון געלייזט. איר זענט גערעכט אז אונזער אי-בעיי האנדלער באנוצט זיך מיט טאקטיקן פון ערמה. איך האבן היינט קלאר געהערט פון וועד משמרת סת"ם, אז דער מכשול לרבים איז נאך פיל ערגער דערמיט וואס ער האט צוגלייגט די ווערטער: and needs to be checked by your own sofer before using. דא ליגט זיין געפערליכע ערמה, דער קונה זאל דערפון פארשטיין אז דער לאט פון 30 מזוזות קען מעגליך גע'כשר'ט ווערן... ווי ער לייגט דארט צו: all of them nicely written. Great deal for any judaica collector etc. Super buy and good luck. די וועד שמרת סת"ם האט מיך געבעטן איבער צו געבן מ'זאל וויסן, אז אזעלעכע תפילין ומזוזות וואס זענען פסול מתחילת כתיבתן קענען בשום אופן נישט זיין קיין good luck, נאר זענען א סכנה ממש, ווי עס שטייט מפורש אין "אור זרוע" (הלכות תפילין) אז אויב זיי ווערן געניצט שלא כהלכה, זענען די "שמות הקדושים" אין די פסול'ע תפילין (וה"ה מזוזה) א "סכנה ואין בו מצוה" רחמנא ליצלן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מזוזות פסולות אויף Ebay
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.